top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צענטראלע שבע ברכות אין בעלזא באשיינט דורך גדולי ישראל פון אלע שיכטן אין קרייזן

מונטאג פ' שלח - כ"ג סיון תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעידט: שוקי לרר


בחדוה עילאה האבן זיך טויזנטער בעלזער חסידים נעכטן ווידער אמאל מיטגעפריידט ביי די שבע ברכות רבתי לכבוד די חתונה הגדולה אין די בעלזער הויף, די שמחה איז פארגעקומען אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים, ווי מען האט מאריך געווען בשירות ותשבחות ביז אין די שפעטע נאכט שעות לכבוד די שמחה הרוממה.


דער אויבן אן איז באשיינט געווארן דורך מרנן ורבנן גדולי ומאורי ישראל, אדמורי"ם, רבנים, וראשי ישיבות מכל פנות ומחנות וועלכע זענען געקומען זיך מיטפרייען בשמחתו הגדולה פונעם רועה נאמן כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א.


ובראשם האבן זיך אנגעזעהם האדמורי"ם מקארלין סטאלין - ערלוי - סאדיגורא - לעלוב ניקלשבורג - סקולען ירושלים - שומרי אמונים - קאפיטשניץ - שבט הלוי - טאלנא אשדוד - זוטשקא אמסנא - קוזמיר - ביטשקוב - זידיטשוב בני ברק - גארליץ - קאמרנא בני ברק - לעלוב ירושלים, דינוב ביתר, סאווראן, ברעזאן און שאץ ירושלים.


הגאון הגדול רבי בערל פוברסקי ראש ישיבת פונוביז, הגאון רבי יצחק זילברשטיין רב שכונת רמת אלחנן, הגה''צ רבי יוסף משה שניאורסון ראש ישיבת טשעבין, הגה''צ רבי בערל ווייס גאב''ד קרית צאנז ירושלים, הגאון רבי חיים צבי שפירא ראב"ד בד"ץ מחזיקי הדת, הגאון רבי מיכל זילבר ראש ישיבת זוועהיל, הגאון רבי דניאל חיים אלתר ראש ישיבת פני מנחם, הגה"צ רבי חיים הערש מייזליש ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, הגאון רבי יצחק אזרחי מראשי ישיבת מיר, הגאון רבי עמרם פריד, הרה''ג רבי שמואל בנימין סופר ראש ישיבת ערלוי, הרה''ג יעקב יוסף ווירצבערגער אב''ד בארדיטשוב, הרה"צ רבי בערל רוקח בן אדמו"ר ממחנובקא בעלזא, הרה''ג רבי אהרן גאלדמינצער דומ''ץ סקווירא ירושלים, הרה''צ רבי ברוך האלברשטאם בן האד' מגארליץ און נאך.


במשך די שמחה האט דער בארימטער מלחין אין בעל מנגן ר' יוסף משה כהנא געזינגען גראמען אין דער חזן ר' ישראל אדלער האט מהנה געוועהן בפרקי חזנות. מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער זיידע הגה''צ רבי חיים דוד שובאקס חבר בד''ץ מחזיקי הדת בעלזא, אין מיט די שבע ברכות זענען נתכבד געווארן: האדמו''רים מגארליץ, קאמארנא בני ברק, ברעזאן, די פעטער אב''ד מאקאווא אשדוד אין הרה''צ רבי ישכר דוב רוקח בנו הגדול פון האד' ממכנובקא בעלזא, ברכה אחריתה הגאון רבי מיכל זילבער ראש ישיבת זוועהיל.


נאכן בענטשן האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד אין דער רב שליט''א איז געטאנצן מיטן חתן אין א באזונדערע ריקוד נלהב מיט בנו חביבו הרה''צ רבי אהרן מרדכי וואס האט געשאפן א זעלטענעם מחזה הוד און האט אנגעהאלטן א שיינע וויילע.







































































































Comments