דינסטאג פ' דברים - כ"ט תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: איציק ו.
וַיִּרְאוּ כָּל-הָעֵדָה כִּי גָוַע אַהֲרֹן וַיִּבְכּוּ אֶת-אַהֲרֹן כֹּל בֵּית יִשְׂרָאֵל.
מאסן אידן האבן היינט דינסטאג שווארץ געמאכט די ירושלימער גאסן ביים מסע הלוי' פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא בוצינא קדישא משרידי דור הישן הגה"צ המקובל רבי אהרן מרדכי רוטנער זצוק"ל מראשי ישיבת המקובלים "שער השמים" מרביץ תורה בישיבת טשעבין ומגדולי רבני עדת חסידי בעלזא, בשעת ווען דער אטמאספער פון טרויער און יתמות שפירט זיך איבעראל איבער'ן פלטרין של מלך, אין עס האט זיך טיף געשפירט דעם 'ירושלים אבדה כלי חמדתה', מען האט פארלוירן איינער פון די גרויסע צדיקים וגאונים אין שטאט, מנקיי הדעת שבירושלים של מעלה, וואס האט משפיע געווען מהודו ומזיוו קדושה וטהרה, און אצינד איז ליידער נגדע געווארן דער ארז בלבנון, וירב בבת יהודה תאניה ואניה.
דורכאויס די פארמיטאג שעות איז די מיטה געוועהן ארומגענומען מיט פילע תלמידים מקורבים וועלכע האבן אויסגעזאגט פרקי תהילים און געצינדן ליכט לעילוי נשמתו הטהורה, ארום צוויי אזייגער האט מען ארויסגעפירט די מיטה פארנט פון זיין שטוב אויף רח' עבודת ישראל אין די בתי ווארשא געגנט דארט ווי די נפטר האט צווישן די פיר ווענט געדינט דעם בורא במסירות נפש עילאה, מען האט געזאגט פרקי תהילים און דערנאך זענען געהערט געווארן הספדים וקול נהי נשמע מציון ווי די חשובע מספידים האבן אין א רייע באוויינט דעם גודל האבידה שאין לה תמורה אין די צייט וואס טויזנטער אידן זענען פארזאמלט ברחובה של עיר טראץ די שווערע היצן אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר אותו גאון צדיק.
די סדר המספידים איז געווען ווי פאלגנד: צום ערשט האט מספיד געווען כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וועלכע האט באוויינט דאס פארלוסט פון איינער פון די לעצט פארבליבענע און חשוב'סטע תלמידים פון זקינו הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זי''ע, דערנאך די שוואגער הגה"צ רבי יהושע ראזנבערגער שליט"א גאב"ד קרית הרמ"א בית שמש, הגה"צ המקובל רבי גמליאל ראבינאוויטש ראש ישיבת שער השמים, די שוואגער הגה"צ רבי יצחק אייזיק כהנא רב בניני זופניק ומו"ץ העדה החרדית, חתנו הגדול כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א חתנו כ"ק אדמו"ר מטאלטשאווא שליט''א, בנו הרב דוד נחמן רוטנער, הגאון הגדול רבי בן ציון גוטפארב מרבני ישיבת המתמידים, חתנו כ"ק אדמו"ר מראזלא, חתנו הגה"צ רבי משה אלעזר מאסקאוויטש אב"ד תוצאות חיים בראכפעלד, און בנו כ"ק אדמו"ר מספינקא בית שמש שליט"א, צום שלוס האט מען געהערט דברי פרידה פון נכדו חביבו ויד ימינו הרב משה מרדכי האראנציק וועלכע האט זיך באדאנקט פאר אלע מקורבים און משמשים וועלכע זענען געשטאנען לימינו פונעם גרויסן זיידן בפרט באחרית ימיו, און געבעטן מחילה אין נאמען פון אלע מקורבים תלמידים און די בני המשפחה.
דערנאך איז די לוי' ארויס צום ריכטונג פון קרית בעלזא אין איז דורך פארנט פונעם בעלזא בית מדרש אויף רח' יצחק שולל באותו מקום ווי די נפטר האט קובע געווען מקום לתפילתו רבות בשנים, ווי די קינדער האבן געזאגט א קדיש.
פון דארט האבן מאסן אידן באגלייט די מיטה צופיסנס אויפן וועג צום בית מדרש הגדול אין קרית בעלזא, אין שפוץ פון פילע אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי האדמורי"ם ממכנובקא בעלזא - פינסק קארלין - לעלוב ניקלשבורג - משכנות הרועים - תולדות יהודה - סקולען ירושלים - כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א אייניקל פונעם נפטר זצ"ל - האדמורי"ם מספינקא ירושלים - ספינקא פון 18 - אונגוואר - גארליץ - ראחוב - יערוסלאב - קאליב - לעלוב בית שמש - זידיטשוב בני ברק - זלאטשוב - אלעסק ירושלים - ליטשיק הגאון הגדול רבי אברהם יהושע סאלאוויציק ראש ישיבת בריסק - הגה"צ רבי יוסף משה שניאורסון ראש ישיבת טשעבין - הגה"צ רבי משה טייטלבוים דומ"ץ סאטמאר ירושלים - הרה"צ המשפיע רבי יצחק משה ארלנגר - הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים - הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד - הרה"צ רבי ישראל יוסף קאהן בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן - הגאון רבי יוסל באב"ד מלפנים דומ"ץ בעלזא לאנדאן און נאך.
ביי די לוי' פארנט פון בית מדרש הגדול אין קרית בעלזא, זענען הונדערטער חסידי בעלזא געווען פארזאמלט מלווה זיין דעם מעתיק השמועה און משמש בקודש לפני ולפנים ביי הרה"ק מבעלזא זי"ע, עס האבן מספיד געווען הגאון ר' ראובן גראס ראש ישיבת שער השמים, הגאון רבי פנחס פרידמאן ראש ישיבת מבקשי השם וראש הכוללים דבעלזא, דערנאך איז געהערט געווארן מספד תמרורים פון חתנו כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א וואס איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל צו די לוי', און הרה"ג רבי איטשע לעבראן, ביים לוי' אין קרית בעלזא האט זיך באטייליגט כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א.
דערנאך האט מען באגלייט די מיטה אין ריכטונג פון הר המנוחות, ווי בראש המלוים האט זיך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואס איז ספעציעל ארויסגעקומען פון מעון הנופש אין טלזסטון צום לוי' אין איז נאכגעפארן די מיטה ביזן אריינגאנג פון ירושלים, אין על פח הוראת הקודש האבן די חסידים באגלייט די מיטה ביז צום הר המנוחות.
אויך האט מלווה געווען דורכאויס די גאנצע וועג צום הר המנוחות כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א וועלכע האט אנגעהאלטן א נאנטן קשר מיטן נפטר, און האט עטליכע מאל געזאגט קדיש. בפניא דמעלי יומא נגנז ארון הקודש, איז די גרויסער נפטר זכר צדיק לברכה געקומען לקבורה אויפן חלקת הרבנים, סמוך ונראה צום ציון הק' פון רבו מובהק הרה"ק מבעלזא זי"ע.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים
Comments