top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער גרייטן זיך מיטצוהאלטן גרויסארטיגע רבי'שע חתונה קומענדיגן דאנערשטאג פר' וארא אין קרית טאהש

דאנערשאג פ' שמות • כ"ג טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט שטורמישע געפילן פון שמחה והתרגשות גרייטן זיך תלמידי וחסידי טאהש צו די היסטארישע שמחת החתונה בחצר הקודש, ווען רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א גרייט זיך בשעה טובה ומוצלחת אונטערצופירן אונטער די חופה בתו הצעירה החשובה בתן של קדושים, וועלכער איז די יונגסטע אייניקל פון כ"ק מרן אדמו"ר הרה"ק מטאהש זי"ע.


די גרויסארטיגע שמחת החתונה וועלכער וועט פארקומען דעם קומענדיגן ראש חודש שבט, דאנערשטאג פרשת וארא הבא עלינו לטובה, וועט געפראוועט ווערן בקול רינה ותודה והמון חוגג בקרתא דשופריא, בקרית מלך רב קרית טאהש המעטירה, אין דעם מקום קדוש וואס דער זיידע הרה"ק מטאהש זי"ע האט מייסד געווען בדם לבבו, און מחנך געווען דורות ישרים ומבורכים על דרך אבותיו ורבותיו הקדושים.

צוליב די ריזן ערווארטעטע ציבור, וועט די מעמד קבלת פנים פארקומען אין בית המדרש אברכים אין קרית טאהש, און די מעמד החופה על פני שטח הגדול פארנט פון די בית צירל זאל אין טאהשע שטעטל, וואו עס וועט פארקומען די שמחת החתונה פאר די נשים.


נאכאנאנדע אסיפות עסקנים קומען פאר יעדע נאכט, ווען צענדליגע אינגעלייט שטייען גרייט צוצוהעלפן פאר די שמחה בבית צדיקים, און די וועד החתונה לייגט אריין שווערע הארעוואניע אויסצוארבעטן די מאקסימום הצלחה.


אלפי חסידי טאהש פון איבער די גאנצע וועלט, אריינגערעכנט ניו יארק און ניו דזשערזי, לאנדאן ארץ ישראל און אנדערע שטעט און לענדער, גרייטן זיך אפצורייזן דעם לאנגן נסיעה קיין טאהש קודש, זיך מיטצופרייען ביי די גרויסע שמחה בחצר הקודש און מקבל זיין די פילע זעק פון השפעות טובות, די עסקנים ארבעטן נאך אויס די פונקטליכע דעטאלן פון די סדר הבאסעס פון אלע שטעט, וואס וועט בעז"ה געמאלדן ווערן באזונדער.


די גייסטרייכע שמחת החתונה וועט נאכגעפאלגט ווערן מיט געהויבענע שבעת ימי המשתה, ווען חסידים ברנה יגילו וועלן זיך מיטפרייען מיטן רבי'נס שמחה כשהמלך במסיבו, ביי די גרויסע שבת שבע ברכות אין קרית טאהש במקהלות אלופי אלפי ישראל, א ספעציעלע שבע ברכות פאר די תלמידי הישיבות הקדושות, א באזונדערע שבע ברכות פאר די אברכי הכוללים, א שבע ברכות פאר די ילדי חן, און אזוי ווייטער א חטיבה אחת פון געהויבענע מעמדים של שמחה ברנה ובצהלה.


די וועד הכנסת אורחים אין קרית טאהש ארבעטן שוין פיבערהאפטיג צוצושטעלן אכסניות פאר כל הקהל הקודש און די אורחים החשובים, טויזענטער פארציעס עסן ווערן שוין געקאכט צו זעטיגן די טויזענטער געסט דורכאויס די ימי השמחה, ווען אין לויף פון עטליכע טעג נאכאנאנד וועט כסדר זיין צוגעשטעלט צו עסן מכל טוב וטוב אין די בניני המוסדות מיט הרחבת הדעת.


דעם קומענדיגן וואך דינסטאג איידער די חתונה לסדר וארא אל האבות, וועט פארקומען די עלי' לציון ברוב עם הדרת מלך אין שפיץ פונעם געהויבענעם בעל שמחה כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, וועלכער וועט ארויפגיין שופך שיח זיין בתפילה ותחנונים ביים ציון הק' פון אביו הגדול הרה"ק מטאהש זי"ע לקראת די שמחה הרוממה, דער רבי וועט בעפאר דעם דאווענען מעריב אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און דערנאך ארויפגיין בראש קהל חסידיו און אויסזאגן גאנץ ספר תהלים בהתעוררות רב.


הנה ימים באים בקורות ימי החסידות, ובכן צדיקים יראו וישמחו וחסידים ברנה יגילו.








Comments


bottom of page