top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מגור באשיינט ספעציעלער שמחת בית השואבה פאר יתומים דורך ארגון 'הבן יקיר'

מיטוואך ג' דחוה"מ סוכות • י"ט תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


אן אייגנארטיגע מעמד שמחת בית השואבה איז פארגעקומען נעכטן דינסטאג חול המועד וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען הונדערטער יתומים און אלמנים בחצר הקודש גור אראנשזירט דורך די וואוילטעטיגע ארגאניזאציע 'הבן יקיר' וואס געבט זיך אפ מיט די יתומים אין די גערער קהילה אלטוועלטליך, תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א און אין שפיץ פון בנו הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר שליט"א.


די מעמד איז פארגעקומען אין די סוכה הגדולה וואס איז ספעציעל אויפגעשטעלט געווארן לכבוד די מעמד אין חצר פון די גערער סעמינאר אין ירושלים, אין איז באקרוינט געווארן מיט די פערזענדליכע השתתפות פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, וואס האט ארויסגעוויזן א קענטיגע חביבות פאר די טייערע יתומים, און געשאנקן צייט און אויפמערקזאמקייט פאר די צובראכענע נשמות.


אין א איבערראשענדע שריט האט הרה"ג ר' אברהם ישעי' שפירא פון די חשובע ליטווישע רבנים אין בני ברק פארהערט די קינדער און בחורים יתומים אויף הונדערטער בלעטער גמרא בע"פ, כאטש וואס עס איז נישט געוועהן אויף דער ארגינעלער פלאן. די פארהער איז געווען בנוכחותו פונעם רבי'ן וואס האט געשעפט גרויס קורת רוח, אין נאכן פארהער האט דער רב ארויסגעברענגט זין התפעלות פון אזא ידיעת התורה און שטוינענדע שליטה אין די מסכתות הש"ס. די רבי שליט"א האט געטרינקען לחיים און פארטיילט וויין פאר אלע משתתפים, און ווארעם אנגעוונטשן די פטרון המעמד הנגיד ר' בנימין בייטעל מחשובי חסידי גור אין בארא פארק.


צום שלוס זענען די יתומים דורך אל מול פני הקודש כבני מרון און די רבי האט פארטיילט פירות פאר די יתומים. נאך וואס די רבי האט פארלאזט די מעמד האט מען ממשיך געווען מיט ריקודין בתופים ובמחולות זכר לשמחת בית השואבה און די הונדערטער יתומים האבן פארלאזט דעם מעמד מלא שמחה והתרגשות, נאכן מיטלעבן זעלטן געהויבענע מאמענטן בצל הקודש אנגעשעפט מיט טללי תחיה און חיזוק.

























Comments


bottom of page