דאנערשטאג פ' לך לך • י"א חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
נעכטן בליל ההילולא פון רחל אמנו איז געגעבן געווארן ספעציעלער ערלויבעניש פאר אדמור''ים ורבנים חשובים צו קענען זיין ביים ציון אין טאג פונעם יארצייט זיך אויסצובעטן אלס גוטס.
דער נאכט איז כ''ק האדמו''ר מראחמיסטריווקא שליט''א אנגעקומען אויף תפילת מעריב ביים קבר רחל, די רבי שליט''א האט יורד געוועהן לפני התיבה לכבוד די הילולא פון זקינו דער הייליגער 'מאור עיניים' זי''ע. נאך מעריב האט די רבי געזאגט ספר חמישי אין תהילים אין אחינו כל בית ישראל.
באשמורת הבוקר איז כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א אנגעקומען אויף א תפילה ביים קבר רחל מיט א מנין מצומצם אריינגערעכנט די ברידער הגה''צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט''א אין כ''ק האדמו''ר ממבקשי אמונה שליט''א.
אזוי אויך האבן זיך אנגעזעהן דורכאויס די נאכט האדמור''ים מדושינסקיא, לעלוב ניקלשבורג, זוטשקא האחים משפיעים הרה''צ רבי אלימלך אין הרה''צ רבי נחמן בידערמאן מלעלוב אין נאך.
Comments