top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית יואל • "כינוס בני תורה" פאראייניגט קרוב צו טויזנט לומדי מבצר הכוללים לחיזוק גדרי הצניעות

זונטאג פ' כי תצא - ג' אלול תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: קרית יואל היימשטאט


מיט א תורה'דיגע גייסט פון התרוממות דקדושה האבן די נאנט צו 1,000 יושבי אהל פונעם "מבצר הכוללים" אין קרית יואך, זיך צונויפגעזאמלט דעם דינסטאג אווענט, אור ליום ער"ח אלול, אויף א "כינוס בני תורה", פאררופן בפקודת הקודש פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א, וואו עס איז אדרעסירט געווארן די חובת השעה ארום די גרויסע התעוררות פון התעלות אין די עזרת נשים צו שטייגן דרגות אין צניעות, און עס איז געווארן ברייט אויסגעשמועסט פאר די בני תורה, דעם תורה'דיגן פליכט און צוגאנג ווי אזוי צו פארוואנדלען דאס התעוררות אין א כלי קיבול פון הלכה למעשה.


צו דער באשטימטער שעה דינסטאג אווענט איז דער גינת קליין זאל געווארן פול ביז די ברעגעס. כולם נקבצו באו און געווארט מיט שפאנונג לשמוע ולקבל דעם חובת השעה. די בימת הכבוד איז געווען באשיינט דורך הרבנים הגאונים ראשי הכוללים שליט"א, און די דרשנים הרבנים הגאונים שליט"א, ובפרט הגה"צ דער סאטמאר - וויליאמסבורגער רב שליט"א וועלכער האט אדרעסירט מיט'ן "משא הכינוס".


הרה"ג רבי וואלף אהרן טעללער שליט"א מנהל הכוללים האט געעפנט דעם כינוס, און ווייטער במשך הכינוס אנגעפירט אלס יושב ראש, מיט מילי מעלייתא און טרעפליכע נקודות וואס האט ביי יעדן שטארק אויסגענומען.


אנהייב פונעם אסיפה האט אויפגעטרעטן דער מגיד בחסד עליון הרה"ג רבי יחזקאל שרגא ווייס שליט"א מרבני עיר מאנסי, וועלכער האט א לענגערע צייט מעורר געווען איבער דעם יסוד פון "צניעות", דאן האט מען אויסגעהערט דעם משא המעמד, דברי פי חכם חן פון הגה"צ אבד''ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, וועלכער האט פאר א לענגערע שעה געשטורעמט מיט פייערדיגע התעוררות און יסודות'דיגע התחזקות און הדרכות וואס איז נוגע פאר יעדן בן תורה, צו קענען פירן זיין שטוב כרצון אבינו שבשמים, מיט א פולקאם אויסגעהאלטענע הנהגה אין אלע ענינים וואס איז נוגע צניעות ביי נשים. בפרט האט די רבי מאריך געוועהן מיט א לענגערע הסברה איבער'ן נושא פון "שייטלעך" אין בכלל קאפ - צודעק ביי נשים.


צום שלוס האט מען געהערט די ווארעם הארציגע דיבורים פון הרה''ג רבי שמחה שלום שטיינבערגער רב ביהמ"ד דברי חיים וועלכער האט אויסגעשמועסט ווירקזאמע נקודות וואס קען בייהילפיג זיין צו פארוואנדלען די שטוב אלס פולקאם צניעות'דיג, מסביר זיין די יסודות און אויפ'ן פאזיטיוון מהלך וועט מען זיכער אויפטון בע"ה. די אסיפה האט זיך דאן געשלאסן מיט א פעסטע החלטה און אנטשלאסנקייט ביי אלע בני תורה, לשמור ולעשות ולקיים, און מיט פעסטע קבלות און רגשי התעוררות צו שטיין על המשמר על דרכי הצניעות אין אלע געביטן.








Comments


bottom of page