געהויבענע ימי הפורים אריבער אויף חסידי וויזניץ אין בני ברק מיט הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ שליט"א בשליחות אביו האד' מוויזניץ
- Bechatzros admin
- 18 במרץ
- זמן קריאה 3 דקות
עודכן: 18 במרץ
דינסטאג פ' ויקהל • י"ח אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
געהויבענע ימי הפורים, באגלייט מיט געמישטע געפילן, איז אריבער אויף אלפי חסידי וויזניץ אין בני ברק, נאכדעם וואס רבם ומאורם מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א געפונט זיך אין לאס אנדזשעלעס לצרכי רפואתו השלימה והמהירה, און פון די אנדערע זייט מיט שטארקע האפענונגס געפילן באגלייט מיט ווארימע תפלות לאבינו שבשמים אז דער רבי שליט"א וועט זיך ערהוילן שנעל אין גיכן און קענען צוריקקומען לביתו נאוה לנהוג את קהל עדתו מיט געזונטע און פרישע כוחות למען יאריך ימים על ממלכתו.
לקראת די ימי הפורים, האט דער רבי שליט"א באפוילן בנו הגדול הגה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א אב"ד קרית וויזניץ, אז ער זאל אפרעכטן די געהויבענע ימי הפורים בקרב קהל עדתו בשליחותו הקודש בהיכל בית המדרש הגדול וויזניץ אין בני ברק.
דער רב שליט"א איז באויפטראגט געווארן פון מר אביו הגדול צו וויילן אין שטאט בני ברק ביז נאך די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק הישועות משה מוויזניץ זי"ע, וואס געפאלט דעם קומענדיגן דאנערשטאג פרשת תשא כ' אדר, ווען אין די טעג טוט דער רב שליט"א אננעמען פארשידענע כיבודים במקום אביו הגדול, א שטייגער ווי תפילין לייגנס ביי חתני בר מצווה, און סנדקאות ביי ברית'ן פון חסידי וויזניץ.
די געהויבענע ימי הפורים בקרב חסידי וויזניץ איז אריבער מיט גרויס התרוממות הנפש, ווען ליל פורים האט דער רב שליט"א אפגעראכטן די געהויבענע סעודת פורים בקרב קהל עדת מי מנה בהיכל בית המדרש הגדול, ווען ביים טיש האט אויך אויפגעטרעטן דער פורים רב הרה"ג ר' שמעון פויגעל שליט"א כמנהג קדמת דנא ביי האדמורי"ם לבית וויזניץ.
במשך דעם שבת קודש פורים דמוקפין האט דער רב שליט"א אפגעראכטן די סעודת שבת קודש אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי ישיבות וויזניץ, אזוי אויך איז אפגעראכטן געווארן ליל שב"ק א גרויסארטיגע 'באטע ואסיפת מרעים' אינעם היכל הטישן.
די הויכפונקט פון די געהויבענע ימי הפורים איז געווען דער ריזן מעמד מוצאי שבת קודש ליל פורים המשולש דמוקפין, ווען טויזענטער חסידי וויזניץ פון איבער גאנץ ארץ הקודש האבן איבערגעפילט דעם היכל בית המדרש הגדול אין וויזניץ בני ברק, ווען עס האבן זיך פארצויגן לאנגע שעות של תענוג והתרוממות הנפש לשמוח לכבוד היום, וואו דער רב שליט"א האט אנגעפירט דעם מעמד, ווען צו זיין זייט איז געזעסן זיין פעטער הגה"צ ר' מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ, און די ברודער הרה"צ ר' יצחק ישעי' שליט"א, און דעם רבינ'ס זוהן הרה"צ ר' יעקב מרדכי האגער שליט"א אב"ד וויזניץ אלעד.
אין די שפעטע נאכט שעה'ן איז פארגעקומען דער פרייליכער 'פורים שפיל' כנהוג בחצרות הצדיקים דורך א געקליבענע צאל בדחנא דמלכא, ווי אינצווישן די פרייליכע שפיל האט דערביי ארויסגעברענגט מיט א אופן פון מוסר השכל די חומר הדברים פון רעדן ביים דאווענען ובגודל מעלת שיעורי תורה ברבים, וואס דאס זאל זיין פאר א זכות לרפואותו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א.
ביים סוף פונעם שפיל אויסגעשפילט געווארן דורך די טאלאנטפולע שפילער'ס א כעין מושב בית דין, ווי פון אנהייב האבן די מושב בית דין ארויסגעגעבן א פסק אז די בחורים זאלן אויספאלגן אך ורק די דעת תורה האמיתית בפסק בית דין אנבאלאנגט די ביטערע 'גזירת הגיוס' המרחפת על אחינו בני ישראל דרי ארה"ק, און זיך נישט חלילה צוהערן צו די ציוני'סטישע 'יועצת המשפטית' מיט זייערע פינסטערע פארלאנגען, אזוי ווי מרן אדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א האט שוין אין די פארגאנגענהייט עטליכע מאל מתריע געווען ברבים איבער די הארבקייט און שעדליכקייט אריינצוגיין אין זייער טמא'נע מיליטער, און זיך צושטעלן צו זייערע חוקים המקולקלים.
דערנאך איז דער שפיל געקומען צו א בחינה פון 'וגילו ברעדה' ווען די חברי הבית דין האבן זיך איינגעהילט אין טליתים, און באותו מקום קדוש האבן זיי אויסגע'פסק'נט בבית דין של מטה אז אזוי זאל אויסגע'פסק'נט ווערן בבית דין של מעלה, אז אדונינו מורינו ורבינו מרן ישראל בן לאה אסתר שליט"א איז מחיוב צו זיין געזונט און שטארק, און ער זאל זיך זאפארט צוריקקערן בכוחותיו הטהורות מתוך בריות גופא ונהורא מעליא, און קענען פירן די עדה על מי מנוחות עד ביאת הגואל במהרה.
צום סוף פונעם מעמד ווען די זייגער האט שוין געקלאפט אין א שפעטע שעה, זענען די טויזענטער בחורים אריבער ביים רב שליט"א לברך ולהתברך לכבוד יום הפורים.
































































Comments