top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מצאנז-קלויזנבורג וועט אויפטרעטן אלס נואם הכבוד ביי היסטארישע "סיום הרמב"ם העולמי" אין קרוינהייסט ארמארי

  • Bechatzros admin
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' יתרו י"ד שבט | בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע טעג איז געווארן באשטעטיגט אז ביים היסטארישן 45'סטן "סיום הרמב"ם העולמי" וואס קומט פאר דעם קומענדיגן מיטוואך יתרו אינעם גיגאנטישן "קרוינהייטס ארמארי" במקהלות רבבות ישראל, וועט מען האבן די זכי' לשמוע את דבר ה', די פלאם פייערדיגע דברות קודש פונעם פום ממלל רברבן כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א.


דער מעמד האדיר סיום הרמב"ם העולמי ווערט געפייערט ברוב פאר והדר יעדע עטליכע יאר, דורך די צענדליגער טויזנטער ליובאוויטשער חסידים און נאך פילצאליגע לומדים פון אלע שיכטן און קרייזן, וועלכע זענען אנגעשלאסן אינעם אלעוולטליכן טעגליכן סדר הלימוד אינעם ספר הרמב"ם, וואס איז איינגעפירט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זצ"ל.


דער יעצטיגער סיום קומט פאר אויף א ספעציעלן גרויסן פארנעם, צוליב די זעלטנהייט ווען עטליכע מסגרת'ן אינעם סדר הלימוד, ענדיגן אין די זעלבע צייט, און עס וועט פאראייניגן תחת קורת גג אחד צענדליגער טויזנטער לומדים לשמוח בשמחת התורה.


דער הויכפונקט פונעם מעמד וועט זיין די דברות קודש מלהבות אש דורכ'ן צאנז-קלויזנבורגער רבי שליט"א, וועלכער איז זעלבסט שטארק פארקאכט און דבוק אינעם לימוד הרמב"ם, און האט שוין זעלבסט אויפגעטרעטן ביי א סיום הרמב"ם, בשנת תשמ"ה.


אצינד לרגל דעם גרויסן סיום איז א משלחת נכבדה פון די פני העדה פון חב"ד, אריבערגעקומען למעון קדשו פונעם רבי'ן, איינצולאדענען און מכבד זיין להשמיע את דבר ה', און קומען אויפטרעטן אלס נואם הכבוד ביים מעמד האדיר לכבודה של תורה.

תגובות


bottom of page