top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ אלעד באזוכט אין שטאט מאנטריאל לחיזוק הקהילה

  • 17 בפבר׳
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' תרומה • ל' שבט | בחצרות הקודש

וויזניצער חסידים אין מאנטריאל קאנאדע האבן מיט גרויס התרגשות, מקבל געווען פני כבודו פון הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ אלעד בנו יקירו פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט צו מחזק זיין די די ארטיגע קהלה און גלייכצייטיג אויפטרייבן שטיצע ביים היימישן וויזניצער עולם לטובת די מוסדות אין שטאט אלעד המתנוסס לתפארה אונטער די השפעה פונעם רב שליט"א.


די אכסניא איז געווען אין שטוב פון מקורבו הנגיד ר' שמעון הערצל הי"ו מחשובי חסידי וויזניץ אין שטאט, וואו דער רב האט זיך אויפגעהאלטן אין לויף פון א פולע וואך.


דורכאויס די ימי הביקור האט דער רב שליט"א באזוכט ביי די אדמור"ים און רבנים פון שטאט, וואו מען האט ארומגעשמועסט דברי תורה און עניני השעה. צווישן די באזוכן איז מען געווען ביים מרא דאתרא הגה"צ רבי יונתן בנימין ווייס שליט"א גאב"ד מאנטריאל, כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א, הגה"צ רבי יוחנן וואזנער ראב"ד סקווירא, הגה"צ רבי וואלף בער לערנער דומ"ץ בעלזא מאנטריאל, און ביי הרה"ג ר' יעקב מאיר פארקאש דומ"ץ וויזניץ מאנטריאל.


דער גולת הכותרת פונעם באזוך איז געווען די געהויבענע שבת קודש – די לעצטע שבת פון שובבי"ם – וועלכע דער רב האט געפראוועט אין מאנטריאל. פילע תושבי העיר, חסידים ואנשי מעשה, האבן מיטגעהאלטן די באטע ליל שבת, וואס האט זיך פארצויגן ביז אין די שפעטע נאכט שעות, ביי וועלכן דער רב שליט"א האט משמיע געווען דברי תורה וחסידות, געפלאכטן מיט דברי תורה און עובדות פון אדמו"רי בית וויזניץ לדורותיהם.


זונטאג אינדערפרי איז דער רב ארויסגעפארן צוזאמען מיט א גרויסער ציבור חסידים צום ציון פון הרה"ק מטאהש זי"ע, וואו מען האט מעתיר געווען בתפילה בציבור לרפואתו השלימה פון זיין טאטן, מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער איז ווי באקאנט געווען אלס פארקאכט און מקושר בלו"נ צום הייליגן טאהשער רבי'ן זי"ע,


אין לויף פונעם באזוך האט דער רב אויך באזוכט אין די סקווירא ישיבה קטנה אין שטאט. נאכן דאווענען שחרית צוזאמען מיט די בחורים, האט דער רב איבערגעגעבן א שמועס פאר די בחורי חמד בחיזוק לימוד התורה.



תגובות


bottom of page