top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לאנגע קייט פון משתה ושמחה אין לויף ימי הפורים בחצר הקודש אמשינוב | ברייטע דעקונג

  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' ויקהל פקודי • כ' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט התרוממות הנפש איז אפגעראכטן געווארן די לעכטיגע ימי אורה ושמחה ימי הפורים בצילא דהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, וואס איז ווי שטענדיג געווען אן עבודה נשגבה שעות ע"ג שעות מיט אן אויסטערלישע דביקות למעלה מן הזמן.


דינסטיג פארנאכטס, ביום י"ד פורים דפרזים, האט דער רבי זיך געוואשן צו די סעודת היום בביתו נאווה קודש אינאיינעם מיט די בני המשפחה, וואו מען האט אריינגעברענגט די מאכלי יום טוב און דער רבי האט געטרינקען כדת היום און פארברענגט מיט די קינדער און אייניקלעך כשתילי זיתים סביב לשולחנו לענגערע שעה'ן.


אין א זעלטענעם שריט האט זיך דער רבי באצויגן צום מצב המלחמה מיט איראן, זאגנדיג אז די אלע מאורעות זענען שטאפלען זיך גרייטנדיג צו די ישועה שלימה, און אז די פירער פון אמעריקא און מדינת ישראל זענען בלויז געשטעלטן אן קיין אייגענעם כח און בחירה, ווייל "לב מלכים ושרים ביד ה'", און דער רבי האט עטליכע מאל אויסגעשריגן מנהמת לבו הטהור דעם פסוק "ומלאה הארץ דעה את ה'".


ליל פורים דמוקפין פאר'ן עלות השחר, איז דער רבי ארויסגעקומען פון ביתו נאווה קודש צום ביהמ"ד הגדול, האלטנדיג אין די הענט די טלית ותפילין, די מגילה, און דעם ספר הקדוש "קדושת לוי", ביים אנקומען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי אין די דירה פון זקינו הרה"ק רבי מאיר מאמשינוב זי"ע, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן די קומענדיגע ימי ההפורים ביז דאנערשטאג אויפדערנאכט.


נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו קריאת המגילה ברוב עם אין ביהמ"ד. אלס בעל קורא האט געדינט בנן של קדושים הרה"ח ר' מענדיל אלתר שליט''א וואס האט די חזקה צו ליינען די מגילה ביים רבי'ן, דורכאויס די גאנצע מגילה איז דער רבי געשטאנען נעבן די בימה, פניו כלפיד אש, א באזונדערע הייליגע עבודה לייגט דער רבי אריין ביים קלאפן המן, יעדעס מאל פונדאסניי.


ביום הפורים, א קורצע צייט פאר'ן שקיעה נאך לאנגע שעה'ן פון דאווענען כדרכו בקודש, איז דער רבי ארויסגעקומען מקיים צו זיין די מצוות היום בשלהבת אש קודש, דער רבי האט געזאגט דעם "לשם יחוד" מיט גרויס התלהבות און מקיים געווען מתנות לאביונים, דורך דעם קופת הקהילה, קופת השכונה פון בית וגן, און קופת וועד הרבנים.


דערנאך האט דער רבי געשיקט משלוח מנות פאר די קרובי המשפחה און פאר פילע אדמו"רים ורבנים, צווישן זיי האדמור"ים מגור, בעלזא, באיאן, תולדות אהרן, ראחמיסטריווקא, ערלוי, לעלוב ניקלשבורג, ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר, הרה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט''א און נאך.


שפעטער איז דער רבי אריינגעקומען צו קריאת התורה וואס איז צוגעגאנגען אויף א שנעלן פארנעם, נאכגעפאלגט מיט קריאת המגילה וואו דער משמש בקודש הרה"ח ר' אלחנן ראקובער הי''ו האט געליינט, דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו די סעודת היום בחדרו הפרטי, וואו מען האט פארברענגט צוויי שעה מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט געטרינקען כדת היום.


דער הויכפונקט פון די געהויבענע טעג איז געווען למחרתו, יום שיתסר באדר, דאנערשטאג פארמיטאג ווען דער רבי איז ערשינען צום עריכת שולחן הטהור אינעם היכל הגדול אויפ'ן דאך פונעם ביהמ"ד,דער רבי האט זיך געוואשן און געטרינקען וויין מיט אן אויסטערלישע שמחה בשעת מען זינגט די ניגונים כנהוג און מען גיט אויף די מאכלי יום טוב.


צום קלימאקס האט דער רבי פארטיילט פון די פיש, וואו הונדערטער אידן זענען דורך כבני מרון, זקנים עם נערים פון אלע געגנטער זענען דורך זיך מזכיר זיין פאר ישועות ורפואות, און דער רבי האט אויסגעהערט יעדן איינעם און לאנג געוואנטשן במאור פניו זייענדיג בגילופין.


די עבודה פון טיילן די פיש האט זיך פארצויגן איבער צוויי שעה, און צוליב דעם אומגעהויערן שטראם האט מען אין די לעצטע שעה געמוזט פארשפארן דעם בנין הביהמ''ד.


דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די חסידים א לענגערע צייט און משמיע געווען דברי תורה מעניני דיומא און ארום דעם ענין פון קדושת האכילה, דער טיש האט זיך פארצויגן קרוב צו זיבן שעה, ביז דער רבי האט פארלאזט דעם היכל, און שפעט אויפדערנאכט האט דער רבי זיך צוריקגערעט לביתו נאווה קודש.



תגובות


bottom of page