וְתוֹרָה יְבַקְשׁוּ מִפִּיהוּ: טויזנטער בני תורה ביי דרשת התחזקות דורך ראש ישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא בהיכל ישיבת מיר
- sfbechatzros
- לפני 4 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

נעכטן זונטאג נאכמיטאג איז מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט''א אנגעקומען קיין ירושלים אויף א באזוך אין די גרויסע מיר'ער ישיבה אויף די איינלאדענונג פון די ראשי הישיבה צו קומען אויפטרעטן מיט א דרשת חיזוק אנציווארעמען די תלמידי הישיבה שטייענדיג אין די גרויסע טעג בין כסא לעשור.
דער היכל הישיבה און אלע אירע פליגלען זענען געוועהן איבערגעפילט עד אפס מקום ממש דורך די טויזנטער אינגעלייט און בחורים בני תורה וועלכע האבן זיך איינגעזאמלט צו הערן דעם דבר השם ברמה פונעם גאון ישראל מזקני ראשי הישיבות בדורנו, ובראשם האבן זיך אנגעזעהן די ראשי הישיבה אין שפיץ פון הגאון הגדול רבי אליעזר יהודה פינקל ראש ישיבת מיר וועלכע האט מקבל פנים געוועהן דעם גרויסן גאסט ביים אנקומען בשערי הישיבה.
די ראש ישיבה האט אנגעהויבן דעם שיעור מיט א טיפזיניגע פילפול בהלכות יום הכיפורים און דאן משמיע געוועהן דברי חיזוק והתעוררות שטייענדיג אין די עשרת ימי תשובה, ביי ענדע האט דער ראש ישיבה אדרעסירט דעם ביטערן גזירת גיוס בני הישיבות אין ארץ ישראל וואו דער ראש הישיבה האט איבערגעחזרט וואס ער טוט כסדר מעורר זיין אז דער קיום פונעם אידישן פאלק אין ארץ ישראל איז בלויז אין זכות פון די לומדי תורה און מ'דארף דאנקבאר זיין די יושבי אהל אברכי הכוללים ותלמידי הישיבות וועלכע זיצן און לערנען אין אלע צייטן און אומשטענדן. דער ראש הישיבה האט דערביי מעורר געוועהן די בני תורה אויסצונוצן די יעצטיגער מסוגל'דיגע טעג ללימוד התורה און נישט צו זיין אריינגעטוהן אין די נייעס און מילי דעלמא.
נאכן שיעור איז די ראש הישיבה אריין אין א זייטיגער שטוב אינאיינעם מיטן ראש הישיבה הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל שליט"א וואו ער האט איבערגעגעבן דברי חיזוק פאר די משתתפים אין די יערליכע "ירחי כלה" וואס ווערט אפגעהאלטן יאהר יערליך דורך די מירער ישיבה פאר בני ארץ ישראל.




