מצוות תנחומין: האד' מסאטמאר אפגעפלויגן קיין ניו יארק מנחם אבל צו זיין ביי משפ' הנגיד ר' ישראל דוב גאלדבערגער ע"ה
- Bechatzros admin
- לפני 7 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' יתרו י"ח שבט | בחצרות הקודש

נעכטן מיטוואך פארמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, זיך ארויסגעלאזט פונעם קום הנופש אין נארט מיאמי פלארידע, אויף א בליץ נסיעה קיין ניו יארק, צו מנחם אבל זיין די משפחה פון דעם זקן נדיבי בית סאטמאר, הרבני החסיד הנגיד ר' ישראל דוב גאלדבערגער ע"ה, וועלכע איז נפטר געווארן דעם פארגאנגענעם מאנטאג אין פלארידע.
די קשר צווישן דעם רבי'ן און דעם נפטר איז איז געקומען צום אויסדרוק ביי די לוי' וואס איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם מאנטאג אין מיאמי, ומהשם יצא הדבר אז דער רבי שליט"א זאל קענען אפגעבן דעם כבוד האחרון און מיטהאלטן די לוויה זייענדיג דארט אויף מנוחת הנפש, וואו דער רבי האט באוויינט דעם נפטר מיט לענגערע דברי הספד בקול בוכים, און אויסגעדרוקט די געוואלדיגע הכרת הטוב פארן איבערגעבנקייט פון ר' ישראל דוב שטייענדיג לימין קדשו די אלע יארן.
מיט בלויז עטליכע וואכן צוריק האט דער רבי שליט"א איבערגעריסן זיין אנגעשטרענגטן סדר היום אין ניו יארק און אפגעפלויגן קיין פלארידע ספעציעל מבקר חולה זיין דעם נדיב אין שפיטאל. אצינד האט דער רבי געמאכט דעם וועג פונעם מקום הנופש אין פלארידע קיין ניו יארק, אהין און צוריק בו ביום, כדי צו מנחם זיין די חשובע אלמנה און די בני המשפחה.





