top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חַג הַסֻּכֹּת תַּעֲשֶׂה לְךָ • יום טוב סוכות און שמחת תורה בחצר הקודש סאטמאר

  • sfbechatzros
  • 20 באוק׳
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: הלל ליכטענשטיין - אחים לעטשעווסקי

טויזנטער סאטמארער חסידים און אורחים פון אומעטום האבן מיטגעלעבט א געהויבענעם יום טוב סוכות שמחת שמחתינו בצל הקודש, ווען צום קלימאקס איז אפגעראכטן געווארן די לעכטיגע צווייטע טעג יום טוב אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג אויף ראדני סטריט, וועלכע איז היי יאר פילפאכיג פארברייטערט געווארן לקראת ימי הרחמים והרצון.


אנגעהויבן פון פרייטאג ערב שבת חול המועד ביי די מנין תפלת שחרית פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, האבן גומל געבענטשט הונדערטער געסט וועלכע זענען געקומען צו פארן פון אייראפע און ארה"ק מיטצוהאלטן די לעכטיגע צווייטע טעג יום טוב בצל הקודש.


הושענא רבא אינדערפרי בעת די הלל נענועים און די פייערדיגע הושענא רבא דרשה, איז דער בית המדרש געווען איבערגעפילט מקצה אל הקצה ביז אין די שפעטע נאכמיטאג שעות ביז נאנט צום זמן הדלקת הנרות, ווי טויזענטער אידן האבן מיטגעהאלטן די תפלות און די פייערדיגע דרשה ביום גדול וקדוש הזה, אויסצופועלן א חתימה טובה.


היי יאר איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן דער היכל בית המדרש הגדול אויף א נייע אויסשטעל, ווען צום ערשטן מאל איז אויפגעשטעלט געווארן 12 שטאקיגע פארענטשעס פון אלע דריי זייטן פונעם בית המדרש, און אויפן פערטן זייט לצד מערבית פונעם בית המדרש איז אויפגעשטעלט געווארן הויכע פארענטשעס ספעציעל פאר די תינוקות של בית רבן. במשך די לעכטיגע הקפות איז דער גאנצע היכל האדיר והחדש געווען איבערגעפאקט מקצה אל הקצה עד אפס מקום ממש.


אזוי אויך איז היי יאר צום ערשטן מאל געעפנט געווארן דער היכל הפאליש פאר די באנוץ פון די הקפות, וואס דאס האט צוגעגעבן אסאך פלאץ צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור.


יום שמיני עצרת בעפאר תפלת גשם איז ארויף אויפן ארון הקודש דער לאנגיעריגער מנהל רוחני אין מוסדות סאטמאר הרה"ג ר' משה פריעדמאן שליט"א וועלכע האט בשליחות הקודש פונעם רבי'ן שליט"א מודיע געווען פארן ציבור איבערן עצרת מחאה אדירה אין מאנהעטן א' נח אקעגן דעם גזירת הגיוס אין ארה"ק.


מיטל נאכט יום טוב ליל שמחת תורה, איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפלת ערבית און הקפות לערך א שעה אנדערהאלבן נאכן זמן מעריב ארום 9:15, זייענדיג די צווייטע יאר וואס מען האט איינגעפירט דעם נייעם סדר, אנדערש ווי אלע יארן ווען די הקפות ליל שמחת תורה איז אפגעראכטן געווארן נאך חצות הלילה. בפקודת הקודש האט מען אנגעהויבן די זעקסטע הקפה לאחר חצות הלילה כמנהג אבותיו. מען האט פארענדיגט די הקפות ארום האלב צוויי אויפדערנאכט.


יום שמחת תורה ביי די הקפות האט דער רבי נישט געטאנצן מיט די ספר תורה פון הרה"ק מצאנז זי"ע, צוליב דעם וואס עס איז א אלטע ספר תורה און גאר שווער אין וואג, און דער רבי איז שוין געווען היפש אפגעמוטשעט פון די עבודת הקודש פון די הקפות ליל שמ"ע ושמח"ת, דאך האט דער רבי ביי די זעקסטע הקפה איבערגענומען די צאנזער ספר תורה און אפגעראכטן די פייערדיגע ריקודין און געהויבענע נענועים בשרעפי אש קודש פאר א לענגערע צייט.


נאך די געהויבענע הקפות קרוב צו 6:00 נאכמיטאג, איז געווען קריאת התורה ומוסף, און הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא שליט"א האט אפגעקויפט חתן תורה, און דערביי געש'נדר'ט בנוכחתו פונעם רבי'ן שליט"א א סכום עצום אויב עס ווערט בס"ד ערמעגליכט די לאנגע ערווארטעטע בית המדרש החדש דקהל יטב לב סאטמאר אויף בעדפארד קארנער ווילסאן סטריט, אשר עיניהם צפיות פון אלפי חסידי סאטמאר אזויפיל לאנגע יארן.


די מעמד נעילת החג מוצאי יום טוב איז אפגעראכטן געווארן אויף א מייסטערהאפטיגע פארנעם מיט הויך שטאקיגע פארענטשעס פון אלע דריי זייטן.


ביים געהויבענעם מעמד הבאגלייטן און 'ברכת השנה' ברחובות העיר במעמד אלופי אלפי ישראל זקנים עם נערים אנשים נשים וטף, האט דער רבי שליט"א אויפגעפאדערט דעם ציבור צו זיך באטייליגן ביים עצרת מחאה אדירה א' נח פארנט פונעם ציוני'סטישן קאנסולאט אין מאנהעטן.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page