top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מראחמיסטריווקא ארויסגעפארן קיין ניו יארק זיך אנצושליסן מיט דעלעגאציע גדולי הדור לטובת "קרן עולם התורה"

  • 15 ביוני
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א איז יעצט ביינאכט אפגעפלויגן אויף א קורצע מסע הקודש קיין אמעריקא, זיך אנצושליסן מיטן היסטארישן נסיעה בראשות די גדולי ומאורי הדור שליט"א וועלכע געפונען זיך אין ניו יארק אויפצורטייבן סכומים עצומים לטובת דער "קרן עולם התורה".


דער רבי שליט"א איז שוין אין די פארגאנגענע צוויי יאר עטליכע מאל ארויסגעפארן אינאיינעם מיט די גדולי ישראל קיין אמעריקע און אייראפע, און אויך יעצט האט ער באשלאסן ווידער מיטצושטיין מיט די הייליגע מיסיע להצלת עולם התורה, און זיך אנשליסן אין די נסיעה.


לויט'ן פלאן וועט דער רבי שליט"א מארגן דינסטאג אינדערפרי לאנדן אינעם קענעדי לופטפעלד, און פון דארט צופארן קיין לארענס אין די פייוו טאונס וואס געפונט זיך בשכינות פונעם עירפארט, וואו ער וועט דאווענען תפלת שחרית אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' זאב בעער הי"ו.


נאכן דאווענען וועט דער רבי פארן קיין קרית יואל, וואו ער וועט וויילן במשך דעם טאג, און דארט אפרעכטן א פריוואטער סעודת ראש חודש מיוחד פאר נגידים ותומכי תורה.


אין די נאכפאלגנדע טעג, מיטוואך און דאנערשטאג, וועט דער רבי שליט"א וויילן אין בארא פארק, וואו ער וועט זיך באטייליגן אינאיינעם מיט אנדערע גדולי ישראל ביי א צאל מסיבות און דינערס לטובת דער "קרן עולם התורה". דעם רבינס אכסניא וועט ווי תמיד זיין אין שטוב פון הרה"ג ר' דניאל גראס שליט"א רב ביהמ"ד נעימות החיים.


מיטוואך אויפדערנאכט וועט זיך דער רבי שליט"א משתתף זיין ביים צענטראלן מעמד פאר תושבי בארא פארק, וואו עס וועט זיין א געלעגנהייט צו מקבל פנים זיין דעם רבי'ן שליט"א און זיך משתתף זיין אין יעדער כפי דרגתו לטובת דער קרן עולם התורה, וואס איז אצינד משאת נפשו פונעם רבי'ן און די אנדערע גדולי ישראל.


לויט'ן יעצטיגן פלאן וועט דער רבי שליט"א זיך ארויסלאזן צוריק קיין ארץ ישראל דאנערשטאג פארנאכטס און אנקומען אהיים מיטן אויבערשטנס הילף פרייטאג ערב שבת פארטאגס.

תגובות


bottom of page