top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי חסידי סאטמאר חברי "תורתך שעשועי" וועלן פייערן היסטארישע סיום והתחלת הש"ס דעם זונטאג שלח

  • Bechatzros admin
  • לפני יומיים
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: לפני יום 1

מיטוואך פ' בהעלתך • יט"ו סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

חסידי סאטמאר זענען איינגעהילט אין שפאנונג פון שמחת התורה, שטייענדיג בלויז געציילטע טעג אפגעריקט צום היסטארישן 'סיום והתחלת הש"ס' קומענדיגן זונטאג פר' שלח, י"ט סיון, וואס וועט צונויפזאמלען אלפי לומדים והוגי תורה אין די סאטמארער ש"ס חבורה "תורתך שעשועי", צו פייערן דעם ערשטן "סיום הש"ס" וואס איז געלערנט געווארן דורך אלפי לומדים ומסיימים.


דער גרויסער סיום איז דער געשפרעך פון טאג ביי סאטמארער חסידים אומעטום, ווען טויזנטער בעלי בתים וועלכע הארעווען שווער על המחי' ועל הכלכלה זענען זוכה צום היסטארישן מאמענט, נאך צוועלף יאהר פון עמל ויגיעה, צו מסיים זיין כל הש"ס כולו, און אויסשרייען דעם התרגשות'דיגן "הדרן עלך תלמוד בבלי" במעמד אלופי אלפי ישראל יחד כל לומדי החבורה.


די הייליגע חבורה תורתך שעשועי איז נתייסד געווארן דורכ'ן רועה נאמן ומנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ביום זאת חנוכה תשע"ג מיטן ציל צו לערנען על סדר הש"ס מיט בחינות, די טאג האט נאכגעברענגט אזויפיל התמדת התורה און עמל בתורה אין די לאנגע קייט פון מסכתות הש"ס, ווי שווערע הונדערטער תלמידי חכמים, בעלי בתים נכבדים, אברכים יקרים, האבן אין לויף פון די יארן אדורכגעלערנט, גע'חזר'ט און זיך געלאזט פארהערן אויף "אלע מסכתות הש"ס", און יעצט שניידט מען די פירות פון די שווערע האראוואניע, הזורעים בדמעה ברנה יקצורו, און עס שרייט זיך ארויס מיט שמחה און התרגשות: "ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה".


אלס ריכטיגער שליסל פון כבוד התורה, איז דער יום הסיום זעלבסט באשטימט געווארן אלס "יום לימוד כל הש"ס", ווען די אלפי בני החבורה, זקנים עם נערים, חדשים גם ישנים, וועלן אינאיינעם נאכאמאל איבערלערנען "גאנץ ש"ס", אין די שעות איידער דער היסטארישער מעמד סיום הש"ס, אין א בחינה פון "כל התורה כולה על רגל אחת"!


זונטאג שלח, וועט דער גרויסער מעמד הסיום ווערן אפגעראכטן אין די ריזן זאלן פון "ראקלענד קאמיוניטי קאלעדזש" אין מאנסי אומגעגנט. מאסן לומדים, מסיימים ומתחילים וועלן זיך ארויסלאזן אויף די וועגן אין די פריע פארמיטאג שעה'ן צום "מעמד לימוד כל הש"ס" און דאן, בשעה ,4:45 וועט פארקומען די היסטארישע חגיגה, דער מעמד "סיום והתחלת הש"ס".


די גאנצע מעמד וועט זיין באגלייט מיט פרקי שיר דורך די בארימטע  וועלט בארימטע חסיד'ישע נגינה מייסטער פון ארץ הקודש, ר' ישראל אדלער, ר' אהרן סאמעט און ר' יואל קליין וועלכע קומען ספעציעל צו פארן צום מעמד אדיר, און וועלן פארזינגען בקול מתוק ונעים באגלייט מיט א פולע קאפעליע פון בעלי שיר און כלי שיר, דורך די בארימטע חברה 'שירה', און וועלן דורכאויס דעם מעמד אויך פארשטעלן נאסטאליגשע פרעזענטאציעס וואס וועט האלטן געשפאנט און דערהויבן די טויזנטער משתתפים.


נאך א סעודה רחבה כיד המלך, וועט מען האבן דעם כבוד צו הערן די אמרי נועם פונעם בארימטער מגיד מישרים, הרה"ג רבי שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א מרבני החבורה, מרביץ תורה והוראה בקרב ק"ק סאטמאר אין וויליאמסבורג, וועלכע וועט שטיין אין שפיץ פונעם מעמד מיט זיינע פערל רייד.


דער שפיץ פונעם מעמד קדוש ונשגב וועט זיין די דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נשיא ומייסד החבורה וואס וועט משמיע זיין אמרי חיזוק והתעלות פאר די אלפי לומדי תורה, את הדרך ואת המעשה אשר נעשה.


נאך הויכפונקטן פונעם מעמד קדוש ונשגב וועט זיין די אויפטריטן וואס וועט געהערט ווערן ביי די דרשות פון בארימטע מגידים, ובראשם די "נואם הכבוד" דעם מלהיב לבבות ונואם בחסד עליון הרב הגאון רבי אפרים וואקסמאן שליט"א ראש ישיבת מאור יצחק מאנסי וועלכע וועט אויפשטורמען די הערצער פון די אלפי המשתתפים אין סאמע צענטער פון מעמד אדיר מיט פייערדיגע ווערטער.

Comments


bottom of page