top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד אדיר "ושכנתי בתוכם" לקראת דאס באנייאונג פון גינגאנטישן מרכז העולמי ביהמ"ד הגדול באבוב 45 אין בארא פארק

  • sfbechatzros
  • 14 בספט׳
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: 14 בספט׳

מוצאי שב"ק פ' כי תבא • כ' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: JDN

דעם דינסטאג אויפדערנאכט איז פארגעקומען די לאנג ערווארטעטע מעמד הנהדר "ושכנתי בתוכו" פאר עדת חסידי באבוב 45 אין בעפארברייטערונג צום פתיחת שערים פונעם גינגאנטישן מרכז העולמי בית המדרש הגדול והחדש דחסידי באבוב 45 אין בארא פארק אויף דעם קומענדיגן שבת סליחות הבעל"ט.


די הרגשים של שמחה פון די טויזענטער חסידי באבוב 45 איז גרויס, ווען אט אט גרייט מען זיך בס"ד אויסצושרייען א הילכיגן ברכת "שהחיינו", נאך אזויפיל יארן ארויסקוקן בכליון עינים אויף דעם היסטארישן מאמענט מיטן באנייען דעם בית המדרש הגדול והחדש וואס איז געבויעט געווארן דורכאויס די לעצטע יארן מיט שווערע הארעוואניע בדמים תרתי משמע, און אצינד איז מען ב"ה זוכה לברך על המוגמר.


דער מעמד הגדול איז פארגעקומען אינעם ביז יעצטיגן בית המדרש הגדול אויף די פופצנטע עוועניו, וואס איז געווען איבערגעפילט מקצה אל הקצה מיט הונדערטער תלמידים וחסידים אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, בנוסף האבן פילע טויזענטער חסידים איבער די גארער וועלט מיטגעהאלטן די מעמד אויף די לייוו-הוקאפ נומערן.


אלס יושב ראש המעמד האט געדינט הרה"ח ר' פנחס קופפערמאן הי"ו מגבאי ביהמ"ד הגדול, וועלכע איז איבערגעגאנגען מיטן ציבור אלע פרטי הדברים פונעם מלכות'דיגן געבוי פונעם בנין בית המדרש החדש, די אלע הערליכע שטאקן פון אויבן ביז אונטן, בשעת דער ציבור איז מעיין אינעם פארטיילטן בראשור "ממלכת" מייסטערהאפטיג אראפגעמאלן די גאנצע תבנית הבנין.


דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' בנציון דוב הלברשטאם שליט"א ר"מ בישיבה קטנה באבוב 45, נכד הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע, וועלכע האט ארויסגעברענגט די הרגשים פונעם ציבור לקראת אזא געהויבענע מאמענט זיך גרייטענדיג צום חנוכת הבנין. באזונדער האט ער ארויסגעברענגט די געוואלדיגע אופן וויאזוי מ'האט געבויעט די מקוה מפוארה אינעם נייעם ביהמ"ד אויף א אופן וואס זאל זיין אויסגעהאלטן בתכלית הצניעות למהדרין מן המהדרין, ווי מען האט צווישן אנדערע געלייגט טירן ביי די פילצאליגע שויער'ס, מחיצות ביי די שטיגן פון די בורות הטבילה, און ווענטעלעך אויף די 'מקוה בענק' צווישן איין פלאץ און צווייטן, זייענדיג א יחיד במינה בעולם המקוואות, האפענטליך אז דאס וועט ווערן נאכגעטוהן אין נאך פילע בתי מדרשות איבער די וועלט, צו האבן די ריכטיגע טהרת הגוף והנפש מיט א שלימות.


דערויף איז געהערט געווארן א דרשה דורך הרה"ג ר' אהרן יודל גארדאן שליט"א ר"מ במתיבתא באבוב 45, וואס האט געבעטן דעם ציבור איינצקויפן זיץ ערטער אינעם נייעם בית המדרש, וואס זאל דינען אלס מקום קבוע פאר א גאנץ יאר, און גלייכצייטיג וועט דאס אריינברענגען א באדייטענדע הכנסה פארן וועד קרן הבנין פונעם בית המדרש הגדול.


מיט א יראת הכבוד האט זיך דער פילקעפיגער ציבור צוגעהערט צו די דברי אלקים חיים פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, וועלכע האט אנגעהויבן מיט א רירענדע שטימע ארויסגעבנדיג די טיפע הרגשים אז מען איז ב"ה זוכה זיך אריינצוציען אין בלויז געציילטע טעג אינעם הערליכן נייעם בית המדרש הגדול, אויף וואס מען דארף אפגעבן א שבח והודאה צום אייבערשטן שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה.


עקסטער האט דער רבי שליט"א דערמאנט, אז מ'שטייט יעצט אור ליום י"ז אלול, וואס אין דעם טאג מיט 86 יאר צוריק בשנת תרצ"ט האבן די דייטשן ימ"ש אנגעהויבן די ביטערע צווייטע וועלט מלחמה, מען האט פארניכטעט כל הקודש לנו, זיי האבן פארברענגט און חרוב געמאכט אזויפיל הונדערטער און טויזנטער בתי כנסיות ובתי מדרשות, אריינגערעכנט דער בית המדרש פונעם הייליגן קדושת ציון זי"ע הי"ד אין שטאט באבוב, "און אצינד שטייענדיג מיט 86 יאר שפעטער ווען מען איז זוכה צו אזא הייליגע מאמענט", האט זיך דער רבי אנגערופן: "ווי לעכטיג און ווי שיין צוצוזעהן דער קיום וואס גייט ווייטער אן", ווען אט אין דעם טאג גייט מען אריין אין די אקטיווע הכנות זיך אריינצוציען אינעם נייעם גינגאנטישן בנין בית המדרש הגדול לתורה ולעבודה מתוך יראה הטהורה.


דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר אלע משתתפים, אז מ'זאל זוכה זיין צו באנייען דעם ביהמ"ד אין א מזל'דיגע שעה.


נאכן גרויסארטיגן מעמד איז געווען א מחזה הוד צוצוקוקן ווי דער ציבור שלענגלט זיך אין די רייעס איינצוקויפן זיץ פלעצער אינעם נייעם בית המדרש הגדול.


די שפאנענדע שמחה הייבט זיך א יעדן טאג מיט נאך א שטאפל העכער, מ'ציילט שוין די קארגע פאר טעג ביז מען וועט בס"ד ענדגילטיג באנייען דעם  גינגאנטישן מרכז העולמי בשעה טובה ומוצלחת.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page