האד' מסאטמאר איז פוקד מקום מנוחת הצדיקים אין קרית יואל לקראת חתונה הגדולה פון צווייטן דור רביעי
- Bechatzros admin
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' יתרו ט"ו שבט | בחצרות הקודש

פארלאפענעם ליל שישי העעל"ט נאך די זמני כניסה איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ארויפגעגאנגען פוקד זיין דעם ציון הק׳ אין קרית יואל מקום מנוחת הצדיקים, די אדמור"י בית סאטמאר, איינצולאדענען צו די היינטיגע שמחה, די חתונה פונעם צווייטן דור רביעי, און מעתיר צו זיין אויף ישועות ורפואות בעידן חדוותא.
ביים אריינקומען אין אהל נאך חצות הלילה האט דער רבי געצינדען לעכט ביי די ציונים פונעם פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און אביו הרה"ק בעל בעל ברך משה זי"ע און אמו הרבנית ע"ה, דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש, נאך אמירת תהילים האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט און בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים הק'.
















תגובות