top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי דושינסקיא פראווען יומא דהילולא פון הגה"ק מהרי"ם דושינסקיא זי"ע גאב"ד ירושלים בצל האד' מדושינסקיא

  • לפני 6 ימים
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' ויקרא • כ''ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN

מיט רגשי קודש פון כיסופין און געגועים איז אפגעצייכנט געווארן ביי תלמידי וחסידי דושינסקיא די דריי און צוואנציגסטער הילולא קדישא פונעם רועה נאמן ומנהיג העדה הגה"ק רבי ישראל משה דושינסקיא זצ"ל גאב"ד ירושלים, וועלכער האט באלויכטן די וועלט מיט זיין תורה וקדושה, בפרט איז די יומא אריכתא אפגעראכטן געווארן בבית מדרשו של רבי בצל קדשו פון בנו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.


דינסטאג נאכט בליל ההילולא קדישא האבן זיך צונויפגענומען חסידי דושינסקיא בכל מקומות מושבותיהם צו סעודות הילולא און התוועדות'ן אינאיינעם מיט די זקני וחשובי החסידים מעתיקי השמועה. אין ביהמ"ד הגדול אין עיה"ק ירושלים האבן זיך פארזאמלט הונדערטער תלמידי הישיבה גדולה צו דער סעודת הילולא קאמבענירט מיטן יערליכן מעמד כבוד התורה פאר צענדליגע חתני התורה וואס האבן זיך פארהערט הונדערטער בלעטער גפ"ת און פארשידענע מקצועות בהלכה אונטער די מסגרת פון ארגון תפארת בחורים דק"ק דושינסקיא מיסודו פונעם בעל ההילולא.


כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א איז אריינגעקומען צו תפילת מעריב מיט די בחורים און דערנאך משמיע געווען לענגערע דברות קודש וואו ער האט מיט פייערדיגע דיבורים ארומגערעדט וויאזוי א בחור א תלמיד פון בית יוסף צבי דארף אויסזעהן מיט א דגש אויף יראת שמים און התמדת התורה, און פארטיילט תעודות הוקרה פאר די מצטיינים.


דערנאך איז דער רבי אריבער אין זאל פון ביהמ"ד הגדול און באשיינט די סעודת הילולא התוועדות פאר אלע צעירי האברכים דק"ק דושינסקיא אין ירושלים, וואו די רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור און דערביי דערציילט סיפורי קודש פון אביו דער בעל ההילולא, דערנאך האבן די זקני התלמידים ומעתיקי השמועה, צווישן זיי הגה"ח ר' משה מרדכי ריינער שליט''א משגיח בישיבה גבוהה און הגה"ח ר' אשר קוביטשעק שליט''א מגיד שיעור בישיבה גדולה, מעלה געווען זכרונות הוד קדומים און סיפורי קודש.


דעם קומענדיגן אינדערפרי, מיטוואך ביום ההילולא, האט דער רבי שליט"א פארגעדאוונט תפילת שחרית פארן עמוד אין ביהמ"ד הגדול צוזאמען מיט אלע תלמידי הישיבות ואברכי הכוללים, נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט משניות לעילוי נשמתו הטהורה און דערנאך ארויף בראש קהל חסידיו צום ציון המצוינת אויפן בית החיים שערי צדק, וואו עס געפינט זיך די חלקת מחוקק ספון פון אדמור"י בית דושינסקיא להפקד בדבר ישועה ורחמים.


ביים ציון האט דער רבי פארגעזאגט תהילים מיט גרויס השתפכות הנפש, פארגעלערנט א שטיקל פון ספר "תורת מהרי"ם", און זיך משתטח געווען אויסצובעטן ישועות פארן כלל און פרט.


שפעטער נאכמיטאג בפניא דמעלי יומא האבן זיך הונדערטער חסידים פון איבער גאנץ ארץ ישראל געוואשן צו דער צענטראלער סעודת הילולא וואס איז געווען צוגעשטעלט אויף אלע שטאקן פון ביהמ"ד הגדול. 


נאכן שקיעה איז דער רבי אריינגעקומען צום שולחן הטהור אינאיינעם מיט זיין ברודער הגה"צ אב"ד דושינסקיא בית שמש שליט"א, און זיך געוואשן צום סעודת הילולא, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות וכיסופין, און דער רבי האט מכבד געווען זיין ברודער אויפצוטרעטן מיט דברי תורה במשנתו פונעם בעל הילולא.


דער הויכפונקט פונעם אוונט זענען געווען די לענגערע דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א וואס האבן געדויערט קרוב צו א דריי פערטל שעה, וואו ער האט מיט גרויס רגש ארומגערעדט זכרונות הוד קדומים און איבער דעם פליכט פונעם עלטערן דור איבערצוגעבן פאר די יונגע "צדיק מה פעל", היות עס זענען שוין אריבער שנות דור און פילע פון די חסידים האבן שוין נישט זוכה געווען מיטצולעבן די עבודה פונעם צדיק.


דער רבי האט מעורר געווען איבער היטן די מסורת אבות און דעם חינוך הבנים והבנות אן אוועקצורירן קיין זיז כל שהוא פונעם וועג וואס דער צדיק האט אויסגעטרעטן, וויאזוי א דאווענען און א שבת קודש דארף אויסזען, און איבער די ריכטיגע הכנה צו חג הפסח הממשמש ובא, באזונדער האט דער רבי משמיע געווען דברי חיזוק איתנים באמונה ובטחון לאור דעם שווערן מצב המלחמה וואס הערשט אין ארצנו הקדושה.


דערנאך האט דער רבי געבענטשט על הכוס און מען האט געדאווענט מעריב, און דערנאך איז דער גאנצער ריזן ציבור דורך ביים רבי'ן שליט"א זיך וואונטשן לחיים און ברכות לרוב בזכותו של אותו צדיק דער בעל ההילולא.



תגובות


bottom of page