top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענע שמחת הבר מצוה פון נכד האד' מדושינסקיא פארגעקומען אין שטאט לאנדאן

  • 14 במאי
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין שטאט לאנדאן איז דעם זונטאג פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, א זון פון זיין זון הגה"צ ר' יואל יעקב דושינסקיא שליט"א אבד"ק דושינסקיא לאנדאן, איידעם ביי הרה"ג ר' שלום צבי ענגלענדער שליט"א רב ביהמ"ד דביר קדשו מאחנובקא בעלזא אין לאנדאן, זון פון הנגיד החסיד ר' אליש ענגלענדער שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין זאל פון ת"ת באבוב אין לאנדאן אין שפיץ פונעם געהויבענעם זיידן האדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וואס איז ספעציעל געקומען צופארן קיין לאנדאן לכבוד די שמחה.


אין צוגאב האבן באשיינט די אדמור"ים ורבנים פון שטאט צווישן זיי האדמורי"ם מביאלא לאנדאן און סטאניסלאוו אלעסק, הגה"צ רבי משה מנחם ווייס אב"ד סאטמאר לאנדאן, הגה"צ רבי ברוך נתן הלברשטאם אב"ד סאטמאר לאנדאן, הגה"צ רבי בן ציון בלום דומ"ץ באבוב לאנדאן, הגאון רבי זאב פעלדמאן אב"ד תורה עץ חיים, הגאון רבי אריה ווייס דומ"ץ וויזניץ, אב"ד טשארטקוב, אב"ד טשאבא, דעם רבינ'ס פעטער הגה"צ ר' בעריש מייזליש שליט"א מוויטצען לאנדאן, הגה"צ ר' מרדכי דוד ווייס רב ביהמ"ד אורייתא, הגה"צ ר' לייבל ווייס ראש ישיבת בעלזא מכנובקא לאנדאן ויו"ר מערכת הכשרות העדה החרדית, און נאך פילע רבני הקהילות פון שטאט.


נאך די פשעטל פונעם בר מצוה בחור, האט אויפגעטרעטן דער זיידע הגאון ר' שלום צבי ענגלענדער שליט"א רב ביהמ"ד דביר קדשו מאחנובקא בעלזא, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, און בתוך דבריו ארומגערעט בשבחו פונעם בעל שמחה, בנו חביבו אבד"ק דושינסקיא לאנדאן, וועלכער פירט אן די קהילה ביד רמה לשם ולתפארת און מאציל געווען ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה און פארן גאנצן ציבור, צום שלוס זענען אלע פארזאמלטע אדורך וואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן און די בעלי השמחה.



תגובות


bottom of page