top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בונים פון נייע מקוה החדש אין ק"ק סאטמאר לינדען הערן טיפזיניגן שיעור בהלכות מקוואות פון האד' מסאטמאר

  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' ויקרא • כ''ו אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

א גרעסערער צאל נדיבים בעם האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן דעם לענגערן שיעור נפלא בהלכות מקוואות וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט משמיע געווען פארלאפענעם מוצש"ק כי תשא, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט במשך נאנט צו אנדערהאלבן שטונדן פארגעשטעלט דעם פונקטליכן סדר פון בויען א מקוה מיט אלע הידורים, וואס איז געווען א זעלטענער איבערלעבעניש פאר די פילצאליגע משתתפים.


די משתתפים ביי דעם שיעור זענען געווען די קרואי מועד נדיבים בעם וואס זענען נמנו לדבר מצוה רבה, זיך צו באשטייערן מיט גרעסערע סכומים לטובת דעם אויפבוי פון די מהודר'דיגע מקוה וואס ווערט געבויט דורך עדת חסידי סאטמאר תושבי לינדען, אויסגעהאלטן מיט אלע הידורים און חומרות וואס נאר שייך.


לאות הכרת הטוב פאר די נדיבים בעם איז אפגעהאלטן געווארן דער רייכן מסיבת הכרת הטוב וואס איז אפגערעכטן געווארן אין קרית יואל בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


די מסיבה איז איינגערישט געווארן אויף אן עלעגאנטן פארנעם אין די שמחה-זאלן בביתו נאוה קודש פון רבי'ן שליט"א אויף אוהעל קט. אין קרית יואל, צו וועלכן עס זענען ספעציעל געלאדנט געווארן די חשוב'ע נדיבים בעם בוני המקוה, וואס האבן זיך אנגעשטרענגט מיט סכומים הגונים, צו קענען אויפבויען די מקוה, לטההרתן של ישראל.


בראש המעמד האבן מפאר געווען די רבנים הגה"צ שליט"א רבני ודייני הקהלה אין שפיץ פון הגה"צ רבי אלעזר מרדכי סופר אבד"ק סאטמאר-לינדען ועל צבאם דער רבי שליט"א וועלכער איז געקומען ארויסצייגן דעם הכרת הטוב פאר די חשוב'ע תומכים.


אין א מערקווירדיגע שריט האט דער רבי שליט"א משמיע געווען א לענגערע שיעור בהלכות מקוואות ווי דער רבי האט פאר קרוב צו איינס אהאלב שעה אויסגעשמועסט בפרטי פרטים די יסודות פון א מקוה בהלכה, במציאות, ובהיסטאריע, באגלייט מיט העכסט אינטערסאנטע סיפורים פון די צדיקים עצי התמרים בנוגע מקוואות, וואס איז געווען אן אומבאשרייבליכן סיפוק ועונג רוחני פאר אלע משתתפים. דער רבי האט אויסגעפירט דעם שיעור מיט ברכות לרוב פאר אלע נדבני המקוה, און דאן פארטיילט א געבענטשטע ה' קייטל פאר אלע נדבנים לשמירה ולהצלחה.


שפעטער מוצאי שבת איז פארגעקומען בקודש פנימה א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון החתן א זון פון הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו מראשי ק"ק סאטמאר וויליאמסבורג.


דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרבני הנגיד ר' אברהם הי"ו ובנו הרבני הנגיד ר' יחזקאל שרגא הי"ו האבן אפגעקויפט די שם הבנין פון די מקוה טהרה אין לינדען, עס האט זיך דערביי פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין לינדען, און דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים און געטרינקען לחיים. דערנאך האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה פאר די ראשי עסקני המקוה טהרה און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.



תגובות


bottom of page