top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאן מלכי רבנן: ענגלישע מלוכה שיקט אפ עהרנפולע באגריסונג צום פוסק הדור הגאון האדיר ר' משה שטערנבוך שליט"א

  • Bechatzros admin
  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' משפטים • כ''ב שבט | בחצרות הקודש

מיט עהרע און שעצונג האט די ענגלישע מלוכה די וואך אפגעשיקט א ספעציעלע דעלעגאציע קיין ירושלים עיה"ק, צום פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, צו באגריסן דעם גאון לרגל דאס דערגרייכן די 100'סטע יום הולדת וואס געפאלט אויס ארום די טעג, לאורך ימים ושנים טובים.


דאס קומט אלס איינפיר אין מדינת ענגלאנד, אפצושיקן א ספעציעלע באגריסונג-בריוו צו א בירגער וואס דערגרייכט דעם עלטער פון 100 יאר, און היות דער גאון שליט"א איז געבוירן אין ענגלאנד, האט דער אמטירנדער קעניג טשארלס אין ענגלאנד, אפגעשריבן א בריוו צום גאון, און עס אפגעשיקט מיט א שליח מיוחד איבערצוגעבן פערזענליך פאר'ן גאון.


דער שליח פונעם ענגלישן קעניג איז אנגעקומען צום שטוב פונעם גאון איבערצוגעבן דעם בריוו, אויסרופנדיג א קידוש ה' לעיני העמים והשרים, צו זען דעם פוסק הדור אין אזא הויכן עלטער בליעה"ר שפרודלט מיט א יונגע פרישקייט, און מ'זעט בחוש דעם 'זקני תלמידי חכמים כל זמן שמזקינין דעתן מתוספות עליהן'.


דער גאון האט איבערגענומען דעם בריוו און מיט די פאסיגע כבודה של מלכות אפגעשיקט ברכת קדשו פאר'ן קעניג, מזל און הצלחה אין זיין מלוכה, און באדאנקט פאר'ן בריוו וואס מ'האט אים געשיקט.



bottom of page