top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יהדות החרדית אין ארה"ק וועט מקבל זיין פני האד' מלעלוב; קומט צו פארן לפאר על ראש שמחתו ביי חתונה פון אן אייניקל

  • sfbechatzros
  • 26 באוק׳
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' לך לך • ד' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

תושבי ארץ הקודש, איבערהויפט חסידי ואוהדי בית לעלוב, זענען איינגעהילט אין אומבאגרעניצטע התרגשות פון שמחה, זיך גרייטנדיג מיטצולעבן געהויבענע טעג בצל הקודש פון דעם גרויסן גאסט, הוד כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, וועלכער קומט צו פארן ממעון קדשו אין אמעריקא לפאר על ראש שמחתו ביי די חתונה פון אן אייניקל.


די רבי שליט"א איתן מושבו אין בארא פארק ומצודתו פרוסה בארה"ק, איז ברייט באקאנט מיט זיין עבודה נשגבה למעלה מן הזמן ולמעלה מכוחות אנוש זייענדיג פאררעכנט אלס איינער פון די צדיקי הדור, באזונדער פארמאגט די רבי שליט"א א ספעציעלן חיבה יתירה קיין ארצינו הקדושה מקום מגורי אבותיו הקדושים דור אחר דור.


חסידים און אוהדים אין ארץ ישראל קוקן שוין לאנג ארויס צו קענען זיך דערווארעמען בזיו אורו הבהיר. בשנים כתיקונם פלעג די רבי כסדר קומען צו פארן קיין ארץ ישראל, אין די לעצטע יארן זייענדיג שוין נישט אין די כוחות ווי אמאל צו קענען אונטערנעמען די נסיעות בטלטולי דאורחא האט די רבי זעלטן באזוכט אין ארצינו הקדושה. דאס לעצטע מאל וואס די רבי האט באזוכט אין ארץ ישראל איז געווען איבער דריי יאר צוריק זומער תשפ"ב, ביי די חתונה פון דעם רבינס ערשטן אייניקל.


דער באזוך וועט פארקומען דעם קומענדיגן אנהייב וואך פרשת וירא, ווען דער רבי וועט חונן זיין את פני ארץ הקודש אויף קרוב צו צוויי וואכן. די רבי וועט האבן די אכסניא אין שטאט בני ברק, אין שטוב פונעם שוואגער הגה"צ רבי שלום סופר שליט''א ראש הכולל לעלוב, אינעם דירה פון אביו כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי אלתר מלעלוב זצוק"ל.


די פילע דעטאלן פונעם מסע המרומם ווערן יעצט אויסגעארבעט דורך די עסקנים און באזונדער זענען די הכנות צו די היסטארישע שמחת בית צדיקים. די חתונה הגדולה וועט אפגעראכטן ווערן מיטוואך פ' וירא אין די היכלי מלכות זאל אין בני ברק. עס וועט גיין אונטער די חופה די כלה תחי', טאכטער פונעם רבינס עלטסטער זוהן הרה"צ ר' אהרן בידערמאן שליט"א פון ירושלים, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' שלום אבערלענדער שליט"א, זון פון הגה"צ אב"ד שארית ישראל ווילעדניק שליט"א און איידעם פון הגה"צ גאב"ד קרית הבעל שם טוב פתח תקוה שליט"א, הונדערטער חסידים ואנשי מעשה וועלן מיטלעבן געהויבענע שעה'ן של שמחה וקורת רוח במחיצת הקודש.


במיוחד ווערן געמאכט העפטיגע הכנות צו די שבת של שמחה די שבע ברכות וואס וועט געפראוועט ווערן אין די זאל פון היכלי מלכות, וואו די רבי שליט"א וועט פראווענען די געהויבענע תפילות און טישן ברוב עם הדרת מלך לכבוד די שמחה במעון קדשו.

תגובות


bottom of page