הכנה דרבה צו היסטארישער "שבת בצל כנפיך" אין "קרית סקווירא" בצל האד' מסקווירא
- sfbechatzros
- 22 באוג׳
- זמן קריאה 3 דקות
עודכן: 23 באוג׳
פרייטאג פ' ראה • כ''ח אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט צאפלדיגע הערצער גרייטן זיך חסידי סקווירא צו די היסטארישע טעג, ווען עס וועט בעזהשי"ת באנייט ווערן דער פרישער ישוב "קרית סקווירא" אין בעטעל, ניו יארק, ביים געהויבענעם "שבת בצל כנפיך" וואס כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט אי"ה אפרעכטן אינעם נייעם ישוב, צוזאמען מיט די תושבי העיר און א גרויסער צאל אורחים, נדיבים בעם וואס שליסן זיך אן מיט סכומים נכבדים לטובת די בנינים אדירים בתוככי הישוב החדש.
שוין א לענגערע צייט וואס חסידי סקווירא קוקן ארויס מיט התרגשות צו דעם געהויבענעם זמן, ווען די שווערע ארבעט פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א הייבט אן נושא פירות צו זיין, זעענדיג דעם ישוב החדש בנוי ומשוכלל, נאך יארן פון שווערע הארעוואניע וואס דער רבי שליט"א האט אריינגעלייגט, גייענדיג בדרכו של אביו הרה"ק מסקווירא זצוק"ל, מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה, מיטן פרישן ישוב "קרית סקווירא" וואס דער רבי שליט"א האט אויפגעבויט אין די געגענט פון סוואן לעיק.
קומענדיג נענטער צום געהויבענעם שבת, ווערט דאס התלהבות דקדושה פארשטערקערט צווישן די פילצאליגע נדיבים בעם, וואס זענען מוזיל זהב מכיסם מיט די באשטימטע סכומים פון $26,000 און העכער, אזוי צו קענען מיטהאלטן דעם היסטארישער שבת וואס דער רבי שליט"א וועט אי"ה אפרעכטן אויף א פארמאכטן פארנעם, דייקא מיט די צוקונפטיגע תושבי העיר, און די נדיבים מיט די דערמאנטע סכומים.
נעכטן דאנערשטאג מיטאג זענען די תושבי העיר אנגעקומען צו זייערע נייע דירות אינעם ישוב החדש, וואס וועט אפיציעל באנייט ווערן אין די קומענדיגע תקופה, און אין אווענט האט מען געהאט די זכי' מקבל פנים צו זיין פני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און די ראשי וּפני הקהלה, וואס האבן ווידער געהאט די זכי' מיטצוהאלטן די התרגשות'דיגע מאמענטן בעת דער רבי שליט"א באטרעט ווידעראמאל דעם באדן וואו דער רבי שליט"א האט מיט קוים אנדערטהאלבן יאר צוריק געלייגט די יסודות פון דעם נייעם ישוב.
דער גרויסער מעמד קבלת פנים איז געוועהן במיוחד פאר די תושבי העיר, און שפעטער איז אפגעראכטן געווארן דער מעמד "קביעת מזוזה" בביתו נאווה קודש. נאכ'ן מעמד קביעת מזוזה האט דער רבי שליט"א באשיינט דעם מעמד קבלת פנים און משמיע געוועהן דברות קודש.
היינט פרייטאג נאכמיטאג קורץ פאר'ן זמן כניסת השבת, וועט אפגעראכטן ווערן דער צענטראלער מעמד "קביעת מזוזה" אויף דעם שער בנין ביהמ"ד, ביי וועלכן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט, זייענדיג שוין מלובש בבגדי שבת, קובע זיין די מזוזה, און דערנאך פראווען דעם מסיבת לחיים בשירה ובזמרה, וואס וועט זיין א געהויבענע איבערלעבעניש פאר'ן גאנצן ציבור.
אין אן היסטארישער מאמענט וועלן די אורחי השבת צוזאמען מיט די תושבי הישוב האבן די זכי' מיטצוהאלטן ווי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט מאכן דעם "עירובי חצרות" פונעם נייעם מהודר'דיגן עירוב וואס איז אויפגעשטעלט געווארן ארום דעם ישוב, דורך די חברי ועד העירובין שע"י שיכון סקווירא.דערנאך וועט נאכפאלגן דער געהויבענער שבת מברכין החודש אלול וואס מ'וועט האבן די זכי' מיטצולעבן בצל הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, אויפ'ן געהויבענעם שטייגער ווי אלע וואכן, וביתר שאת ועוז.
נאך דעם געהויבענעם שבת וועלן די ימי השמחה פארגעזעצט ווערן אינעם נייעם ישוב, מוצאי שבת ביי די גרויסע מלוה מלכה מיט אלע תושבי העיר און חשוב'ע געסט, וועלכע וועלן פארברענגען געהויבענע שעות בראשות הרה"צ שליט"א בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
פון די שענסטע מאמענטן במשך דעם ביקור המרומם וועט זיין דער זונטאג'יגער טאג, ווען כחצות היום וועט מען מיטהאלטן דעם התרגשות'דיגער מעמד "הכנסת ספר תורה" וואס איז געשריבן געווארן, און ווערט אריינגעגעבן דורך הרבני הנכבד ר' שמואל אברהם ברייער הי"ו. די ספר תורה וועט ארויסגיין פון די אכסניא פונעם נדיב, און די גאסן פונעם נייעם ישוב וועלן באנייט ווערן מיט שמחת התורה, ביי די ריקודין נלהבים אויף די גאסן, וואס וועט פארגעזעצט ווערן אין ביהמ"ד, ביי די ריקודין של שמחה דורך כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א כנהוג, די ריקודין עטליכע מאל, גלייך ביים אריינברענגען די ספר תורה, דערנאך נאך'ן אויפמישן די ספר תורה און נאך.
גלייך נאך'ן מעמד הכנסת ספר תורה, וועט דער היכל הביהמ"ד ווידעראמאל אויסגעשטעלט ווערן לרגל דעם מעמד משולש, מעמד חנוכת הבית פונעם נייעם ביהמ"ד, משולב מיט די סעודה לגומרה של תורה, צוזאמען מיטן סעודת ראש חודש וואס וועט אפגעראכטן ווערן בראשות כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
לרגל די סעודה ווערט צוגעגרייט א גאר רייכער פראגראם פון פרקי שירה וזמרה, באגלייט מיט הערליכע דרשות לכבוד המעמד, צווישן זיי די דרשה פונעם "נואם הכבוד" הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר־וויליאמסבורג שליט"א וועלכער וועט משמיע זיין מאמרותיו לרגל השמחה הגדולה בחצר דודו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
די געהויבענע טעג אנטשפרעכן צו זיין גאר גייסטרייכע און געהויבענע, און וועט זיכער פארשריבן ווערן מיט גאלדענע אותיות בדברי הימים למלכות סקווירא.


















תגובות