שארפע דברות קודש פון האד' מדושינסקיא אין ישיבה גדולה בית יוסף צבי: "א ישיבה בחור טאר נישט רייכערן"
- Bechatzros admin
- 5 באוג׳
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' ואתחנן • י''א אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

די הונדערטער תלמידי ישיבה גדולה בית יוסף צבי דושינסקיא אין ירושלים זענען נאָך אונטערן רושם נאך די שאַרפע דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א קעגן דאס רייכערן ציגארעטלעך, אן אפטע ערשיינונג וואס מ'זעט ליידער ביי בחורים.
די דברות קודש איז געזאגט געווארן ביים מעמד סיום הלכות מליחה וואס איז געלערנט געווארן דורכאויס די פארגאנגענע יאר בין כותלי הישיבה, נאך דעם וואס די בחורים האבן זוכה געווען זיך צו פארהערן די לימודים ביים מרנן ורבנן שרי התורה חברי בד"ץ העדה החרדית שליט"א און די גדולי הרבנים וואס האבן באוואונדערט זייער געוואלדיגע בקיאות און ידיעות אין די פארצווייגטע הלכות.
דער רבי שליט"א האט צום ערשט ארויסגעברענגט לשבח ווי די בחורים זיצן און לערנען באהלה של תורה מיט א וואונדערליכע התמדה, און דערביי אויפגעפאדערט די בחורים ווייטער ממשיך צו זײן די לימודים אויך אין חודש אב, כתקנת אביו הגה"ק מהרי"ם דושינסקיא זצ"ל גאב"ד ירושלים, אז אויך אין א צייט ווען אין די אלגעמיינע ישיבה וועלט גייט מען ארויס אויף בין הזמנים, זאלן די בחורי הישיבה פארבלײבן צווישן די ישיבה ווענט און ממשיך זײן בהתמדת התורה ביתר שאת ועוז.
דאן האט דער רבי איבערגעגעבן שארפע דברי הדרכה קעגן דאס רייכערן ציגארעטלעך, זאגנדיג אז עס איז נישט קיין חילוק וועלכע סארט ציגארעטלעך דאס איז – עס איז אסור פאר א ישיבה בחור צו נעמען א ציגארעטל אין די האנט, און דאס איז נגד רצונם פון די מייסדי הישיבה מרנן המהרי"ץ און מהרי"ם דושינסקיא זצ"ל.
אין ליכט פון דעם רבינס דברות קודש, האט מען אין די יעצטיגע טעג ווידער ארויסגשטעלט אויף די ישיבה ווענט די אריגינאלע תקנות וואס איז געשריבן געווארן דורכן מייסד הישיבה הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זצ"ל, אין וועלכע ער פארבאט די בחורים צו רייכערן ציגארעטלעך. די בריוו איז געשריבן געווארן אין יאר תש"ז, ווו ער שרייבט צווישן די תקנות קלאר און דייטליך: "אסור לעשן בהיכל הישיבה בהחלט".
תגובות