הגאון רבי יצחק כץ שליט"א ממנהיגי היהדות החרדית אין פאריז פראנקרייך באזוכט ביי האד' מצאנז
- לפני 22 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' תצוה • ח' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
א גייסטרייכע באזוך איז אפגעראכטן געווארן במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א דורך הגאון רבי יצחק כץ שליט"א פון די פירנדע רבנים אין פאריז פראנקרייך, וועלכער דינט אלס ראש מוסדות יד מרדכי און שטייט אין שפיץ פון די ישיבה גדולה אין שטאט. דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער'ן וואוילזיין פון די אידן פראנקרייך, ספעציעל אין די יעצטיגע תקופה ווען עס הערשט אן אנגעצויגענקייט און א אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם איבער די וועלט.
הרב כץ שליט״א האט אויסגעשמועסט באריכות די אנטוויקלונגען אין פאריז, די ריבוי פון תורה וחינוך, און פון די אנדערע זייט די גרויסער צאל אידן וואס קומען ארויף קיין ארץ ישראל און באזעצן זיך אין שטאט נתני', וואו עס איז שוין היינט פארהאן א גרויסער קיבוץ פון יוצאי צרפת, און עס זענען אויפגעשטעלט געווארן מוסדות חינוך פאר די קינדער פון די ערליכע משפחות, וואס שטייען אונטער זיין הנהגה. ער האט דערביי געלאדענט דעם רבי'ן צו קומען באזוכן די מוסדות אין א געלעגנהייט און מחזק זיין די אידן.
דער רבי האט זיך שטארק אינטערסירט איבער די פעולות צו האלטן די אלע עולים אויפן אידישן דרך, און בפרטיות איבער די מוסדות התורה וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן פאר דעם צוועק, און צום שלוס מאציל געווען ברכת קדשו פארן חשובן רב שליט"א ווייטער זוכה זיין אויפצוטון און ארויסהעלפן אידישע קינדער מיט הצלחה און סיעתא דשמיא.




