האד' מסאטמאר ביי מעמד כתיבת אותיות פאר ספר תורה געשריבן דורך קהלה קדושה סאטמאר מאנסי
- Bechatzros admin
- 11 במרץ
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 11 במרץ
דינסטאג פ' כי תשא • י''א אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

דעם אנהויב וואך איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין מאנסי, לבית גיסו כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א ווי דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות אינעם ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך קהילה קדושה סאטמאר מאנסי, און וועט אריינגעגעבן ווערן ברוב פאר והדר ביים געהויבענעם מעמד "שמחת הכנסת ספר תורה" דעם קומענדיגן "שושן פורים המשולש" זונטאג פרשת ויקהל הבעל"ט.
ווי געזאגט איז דער סאטמארער רבי ערשינען אויף א באזוך אין שטוב פון גיסו גאב"ד סאטמאר מאנסי, צו א ספעציעלער מעמד קודש, לרגל די סיום כתיבת האותיות. דער רבי האט דערביי אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה במעמד די ראשי ונכבדי העדה וועלכע זענען געוועהן אנוועזנד.
נאכן כתיבת אותיות האט מען אריינגעברענגט לחיים לכבוד המאורע, וואו עס איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע ענינים ארום די מנהגים ביים מכניס זיין א ספר תורה, און דער רבי האט מאציל געוועהן מברכת קדשו לרוב פארן שוואגער דער רב שליט"א וכל הקהל הקודש, אלע שותפים אינעם ספר תורה. צום שלוס האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה של שמחה לגומרה של תורה.













תגובות