top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תורתו מגן לנו: האד' מוויזניץ מאנסי איבערראשט תלמידי הישיבה איבער "נסיעה קיין מירון" אלול תשפ"ו פאר מצטיינים

  • Bechatzros admin
  • לפני 5 ימים
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' ואתחנן • י''ג אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

די הונדערטער תלמידי ישיבה גדולה וויזניץ מאנסי, אינעם קרית הישיבות אין נייעק, זענען נעכטן מיטוואך געכאפט געווארן אין איבערראשונג, ביים הערן די מודעה מרנינה געמאלדן דורך רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, איבער א נסיעה רוממה וואס דער רבי שליט"א וועט אונטערנעמען קיין אתרא קדישא מירון, אויסשליסליך מיט די תלמידי הישיבה מצטיינים אין די לימודים.


דער רבי שליט"א האט דאס געמאלדן דורכאויס א שיחת פרידה, נאכ'ן זיך אויפהאלטן די לעצטערע וואכן אויף אפרו אינעם קרית הישיבות און נייעק, און איידער'ן זיך אהיימקערן למעון קדשו אין מאנסי, האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש והדרכה פאר אלע בחורים, ובתוך דבריו מבשר געווען די בחורים אז ער פלאנט אונטערצונעמען א נסיעה קיין מירון, אין א יאהר ארום, דעם קומענדיגן חודש אלול שנת תשפ"ו, און עס וועט זיין בלויז געווידמעט פאר די בחורים וואס וועלן זיך באפלייסן מיט די לימודים די קומענדיגע יאר, און וועלן זיך ענדע יאר שטעלן צום פארהער סיי אוףי די מסכת וואס מ'האט געלערנט היי-יאר תשפ"ה, און סיי וואס מ'וועט לערנען קומענדיגע שנת תשפ"ו.


די בחורים האבן אויפגענומען די בשורה מיט א שמחה עצומה, און האבן זיך תיכף גענומען זיך באפלייסן אין די לימודים, און מוסיף געווען התמדה און שקדנות קונה צו זיין די הונדערטער בלעטער גמרא תוספות ווען מ'הייבט שוין אן מאכן א הכנה דרבה לקראת די מסע הקודש.

bottom of page