באש לבנותה: גייסטרייכע מעמד אין עיר האבות חברון לטובת גמר המקח פארן נייעם ביהמ"ד דקהל אמונת ישראל אין ירושלים
- Bechatzros admin
- לפני 4 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' דברים • ג' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
א רייכע מעמד איז פארגעקומען פארלאפענעם ליל שישי (פנחס) אין עיר האבות חברון, וואו עס האבן זיך פארזאמלט הונדערטער תלמידים וחסידים חברי קהילה קדושה אמונת ישראל אין ארצנו הקדושה אלס הכנה דרבה צום מגבית "באש לבנותה" לטובת די הרחבת גבולי הקדושה אין צוזאמענהאנג מיטן גמר המקח פונעם נייעם בנין ביהמ"ד הגדול דקהל אמונת ישראל אין עיה"ק ירושלים, על שמו ולזכרו פונעם אומפארגעסליכן רועה נאמן מרן המשגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אב"ד אמונת ישראל, אין שפיץ פון נכדו ממלא מקומו הגה"צ אב"ד אמונת ישראל שליט"א וועלכער איז ספּעציעל געקומען צופארן קיין ארץ ישראל צו באשיינען די מאורע.
ווי שוין ברייט באריכטערט איז אין די יעצטיגע טעג געשלאסן געווארן מקח פאר א נייעם משכן קבוע פאר די בית מדרש דקהילה קדושה אמונת ישראל בקרתא דשופריא, קומענדיג אל המנוחה ואל הנחלה נאכן וואנדערן צווישן פארשידענע געדינגענע לאקאציעס, צו א דריי שטאָקעדיגע בנין רחבת ידיים אין די עזרת תורה געגנט אין ירושלים, וואס וועט בעז"ה דינען אלס פאסיגע אכסניא של תורה ותפילה פאר קהילה קדושה אמונת ישראל.
די מסיבה האט זיך אנגעהויבן מיט א געהויבענע מעמד התפילה ביי די קברי האבות הקדושים שוכני עפר אינעם מערת המכפלה, ווי מען האט צום ערשט געהערט דברי התעוררות פון הגאון רבי שמואל דוד הארט שליט"א רב דקהל אמונת ישראל - ירושלים וואס האט מעורר געווען דעם ציבור בגודל קדושת המקום, אויסצונוצן דעם עת רצון, דאן האט די גאנצע ציבור געהאט די זכיה דורכצוגיין מיט קוויטלעך ביים רב שליט"א להזכר לטוב ולהיפקד בדבר ישועה ורחמים, באותו מקום קדוש, און דערביי האט מען אויסגעזאגט גאנץ ספר תהילים בהתעוררות רב.
נאך די געהויבענע מעמד תפילת רבים איז מען אריבער צו א דערנעבנדיגע פראכטפולע זאל וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן די מעמד פתיחת המגבית וואס איז געווען צוגעשטעלט ברוב פאר והדר. אין לויף פונעם אווענט האט מען געהערט הארציגע דברי חרוזין פון די בארימטע בדחן ר' ישראל אדלער וועלכער האט הערליך שיין אראפגעלייגט די קורות דברי הימים פון די קהילה, אין לויף פון די לעצטע צוואנציג יאהר ווען עס איז געווען "והיה ראשיתך מצער" און די התרגשות ווען מען זעהט שוין בסייעתא דשמיא דעם 'ואחריתך ישגה מאוד' מיטן מקח פון דעם בית גדול להשם לשם ולתפארת.
מיט א יראת הכבוד האט מען זיך צוגעהערט צום משא המעמד פון הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א וואס האט מרחיב געווען בדיבורו איבער די נחיצות פון א משכן קבע פאר א ביהמ"ד ווי מען טוט זיך דערהייבן בתורה ועבודה אויפן דרך הסלולה, און אנגעווארעמט די הערצער צו זיין שותפים אין דעם אונטערנעמונג און שאפן גרויסע סכומים פארן ביהמ"ד, וואס די טויזנטער שעות תורה און תפילה וועט ווערן נזקף לזכותם.
א מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט ביים ענדע פון די מעמד ווען די גאנצע ציבור האט זיך געשלעגעלט אין די רייע און איבערגעגעבן די שטרי התחייבות פארן רב שליט"א, וואס די בעלי בתים און יונגעלייט האבן זיך אונטערגענומען צו שאפן ביי נאנטע ידידים און באקאנטע. די מעמד איז געשלאסן געווארן מיט גרויס הצלחה, דערגרייכנדיג די אומגלויבליכע סומע פון קרוב צו צען מיליאן שקלים וואס דער ציבור האט זיך אונטערגענומען צו שאפן, און דערמיט אוועקשטעלן א יסוד איתן פאר דעם בית מקדש מעט.












