top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לטהר חוסיו: מעמד נרגש "יציקת הבורות" צו נייע מקוה אין ביהמ"ד דקהלת יעקב פאפא לינדען בראשות האד' מפאפא

  • Bechatzros admin
  • 25 ביוני
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 25 ביוני

מיטוואך פ' קרח • כ"ט סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: אייזיק ג.,JDN

א געהויבענעם מעמד יציקת הבורות איז אפגעראכטן געווארן פארלאפענעם פרשת בהעלותך פאר די מקווה מפוארה אין בנין ביהמ"ד החדש דקהלת יעקב פאפא אין שטאט לינדען, די מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועלכער איז געווען צוגאסט אין שטאט לרגל די מעמד החומש סעודה אין די ארטיגע תלמוד תורה דחסידי פאפא.


אויפן שטח הבניה זענען געוועהן פארזאמלט די צענדליגער חסידים תושבי לינדען, ובראשם די דייני הקהילה און די רבני ואדמור"י העיר. צום ערשט האט מען געזאגט מזמורי תהילים כנהוג, און דאן האט די רבי שליט"א געגאסן צעמענט אין די בורות הטבילה. דערנאך האט דער רבי מכבד געווען, די ברודער הגה"צ רבי אהרן גרינוואלד דומ"ץ פאפא וויליאמסבורג, די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים, דער מייסד העיר כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לינדען שליט"א, די ראשי ופני הקהילה, און נדיבי עם וועלכע האבן אויך געגאסן די יסודות המקוה, מיט א הייסע תפלה להיות עיניך פקוחות אל הבית הזה, ומקווה ישראל ה' מושיע בעת צרה.


עס האט נאכגעפאלגט מיט א מעמד הכרת הטוב פאר די נדיבים בעם אינעם סטרוקטור פונעם רויען ביהמ"ד הגדול וואס האלט אין די טיפע פאזעס פון איר אויפבוי לשם ולתפארת, אויפן אויבן אן האבן באשיינט צו דער זייט פון רבי'ן, די אדמור"י ורבני העיר, ודייני הקהילה, די יושב ראש המעמד הרב בעריש פאשקעס הי"ו האט געפענט די מעמד מיט פאסיגע דברי פתיחה, און דערנאך האבן אויפגעטרעטן הנגיד החסיד ר' שלמה וועבער הי"ו חבר הנהלת המוסדות, און הרב שלום אבערלענדער הי"ו.


דאן האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פון כ''ק האדמו''ר מפאפא שליט"א מיט גאר יסודותדיגע דברי הדרכה איבער דאס אוועקשטעלן א היימישע פאפא ווינקל, און אנגעוואונטשן די אלע תומכים און נדיבים וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן אויפצובויען דעם מקוה מפוארה לטהרתן של ישראל.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree


Komentar


bottom of page