ליכטיגע ימי שמחת התורה ביי היסטארישער מעמד הכנסת ספר תורה געשריבן דורך רבבות חסידי בעלזא לכבודו פון האד' מבעלזא
- Bechatzros admin
- 4 ביוני
- זמן קריאה 4 דקות
מוצאי יו"ט שבועות • ז' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר\שלומי קרויס
אשרי עין ראתה קהל קדושים רוגשים בשמחת התורה, עליונים ותחתונים ששו ועלזו ביים היסטארישן שמחת התורה, מעמד הכנסת ספר תורה במקהלות אלפי ישראל, ווען כלל חסידי בעלזא מכל קצווי תבל האבן אינאיינעם אריינגעגעבן א הייליגן ספר תורה לכבודו ולזכותו פונעם מנהיג עדת ישורון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.הדרא דלא אפשר למפרט, זעלטן ערהאבענע בילדער פון שמחת התורה און אהבת התורה, יעדער חסיד צווישן טויזענטער אנדערע האט זיך געפריידט און מיטגעטאנצן בשמחת התורה, די הערצער פון חסידי בעלזא זענען איבערגערינען פון התרגשות און געגועים צו די הייליגע תורה און מיט התקשרות עצומה צום רועה נאמן דער רבי שליט"א, לעבעדיגע ריקודין און דערהויבענע מאמענטן פון התרוממות הנפש וואס וועט בלייבן איינגעקריצט ביי יעדן איינעם וואס האט דאס מיטגעלעבט.
חדשים לאנג גרייט מען זיך צו אט די טעג, און אט האלט מען שוין ערב יום טוב שבועות דער יום המיוחד וואס איז באשטימט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, אריינצוגעבן און מחנך צו זיין די נייע ספר תורה, דאס התרגשות ביים ציבור איז געווען איבער אלע ברעגעס, און מאסן חסידים מכל מקומות מושבותיהם זענען געקומען מיטהאלטן דעם דאפלטן קבלת התורה בצילא דמהימנותא.אומגעפער זעקס אזייגער נאכמיטאג איז די תהלוכת הספר תורה ארויס פונעם תלמוד תורה לענגאויס די גאסן פון קרית מלך רב מיט מוזיק און געזאנג, וכל עצי השדה ימחאו כף מיט א שמחה עצומה לכבוד שמחת התורה, ווערנדיג באגלייט דורך די צווייטע ספר תורה וואס איז מיט צוואנציג יאהר צוריק געשריבן געווארן דורך עדת חסידי בעלזא אין אמעריקא.בשעת די תהלוכה האט מען מכבד געוועהן צו טאנצן מיטן ספר תורה די רבנים און דיינים בחצר הקודש, די אייניקלעך פונעם רב שליט"א און א משלחת כבוד פון רבני סקווירא וועלכע האבן זיך משתתף געוועהן בשליחות האדמו"ר מסקווירא.
בשעת די גאנצע תהלוכה האט א באצירטע קאר באגלייט פארנט מיט מוזיק בשירה וזמרה, ביז חצר גינת ביתן המלך, אין חצר פון ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא ווי די חסידים זענען ארויף אויף די צענדליגער שטאק פון די הויכע פארענטשעס וואס האט ארומגענומען דעם חצר פון אלע זייטן, ווען קעגן איבער דעם מזרח זענען געווען צוגעגרייט באזונדערע פלעצער פאר די בחורי החסידות צו קענען מיטהאלטן די פייערליכע ריקודין.
די ריקודין האבן גובר געווען ווען דער ברא כרעיה דאבוה הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א איז ערשינען אינעם חצר פונעם היכל און ארויס אין ריקודין קדישין מיט די ספר תורה אויף די בעלזער הקפה ניגונים, און עס האט יעדן ארומגעכאפט אן אויסטערלישן התרגשות און כבוד התורה.בשעת די ריקודין האט מוה"ר ר' הערשל מאשקאוויטש הי"ו מעסקני המעמד אויסגערופן אז אין די הייליגע מינוטן ווען מען גיבט אריין דעם ספר תורה לזכותו פונעם רב שליט"א, איז א פאסיגער עת רצון מתפלל צו זיין למען בריאותו השלימה ואריכות ימיו ושנותיו, און האט דערביי פארגעזאגט די קאפיטל שיר למעלות אשא עיני פסוק בפסוק, אזוי אויך האט מען איינגעטיילט צווישן דעם גאנצן ציבור הונדערטער מאל גאנץ ספר תהילים לזכותו פונעם רב שליט"א.
7:15 איז דער שפאנונג ביים ציבור געקומען צום קלימאקס, זייענדיג די ארויסגעקוקטע און אויסגעבענקטע מינוטן ווען דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז ערשינען בחצר בית מדרשו צום מעמד, אי' שוקל וסופר צו קענען שילדערן די התרגשות, ווען דער ציבור לאלפים האט זיך געהויבן אין די לופטן מיט אן אומבאשרייבליכער התלהבות, בעת אלעמענס אויגן זענען געוואנדן צום צענטער פון חצר וואו דער רבי שליט"א האלט מיט די ריקודין מיט גרויס דביקות.דאן האט מען אנגעהויבן די מזמורי תהלים כנהוג. דער ציבור איז פונדאסניי געכאפט געווארן מיט א פרישן התרגשות, הערנדיג ווי דער רב שליט"א זאגט פאר דעם קאפיטל פון "מזמור לדוד הבו לה' בני אלים" און דערנאך ממשיך געווען מיט די אנדערע קאפיטלעך פארזאגנדיג די פסוקים פון 'תורת ה' תמימה' און די אנדערע מזמורי תהלים כנהוג אין בעלזא.דאן האט דער רב שליט"א איבערגענומען די ספר תורה און זיך אויסגעדרייט צום ארון קודש, בעת מען האט אנגעהויבן 'שאו שערים' און די ציבור האט פון פריש געטאנצן מיט א פייער און התלהבות און דערנאך האט הרה"צ רבי אהרן מרדכי גענומען דעם ספר תורה און איר אריינגעפירט אין ארון קודש.דערנאך האט דער רב שליט"א אפגעראכטן א לעקיך און בראנפן, פארטיילט פון די לעקיך פאר די עסקני המעמד, און דערנאך געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש אויפן מייק.
מען האט ממשיך געווען מיט די ניגוני שמחה, ווען געציילטע מינוטין פארן שקיעת החמה האט מען אפגעשטעלט די מוזיק, און צוגענדיגט די פרייליכע ניגונים. דערמיט איז געשלאסן געווארן די מעמד נשגב, וואס וועט זיכער פארשריבן ווערן מיט גאלדענע אותיות בקורות ימי חסידי בעלזא, און וועט בלייבן איינגעקריצט אין די הערצער פון די טויזנטער באטייליגטע.עטליכע מינוט נאכן מעמד איז די רב ערשינען בהיכל ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה, ווען די נאכפאלגנדע יום טוב איז פאריבער מיט גרויס התרוממות הנפש, זייענדיג איין לאנגע קייט פון קבלת התורה, נאך די געהויבענע מעמד, די טישן זענען ווי שוין באריכטערט פארגעקומען אין חצר פון ביהמ"ד הגדול.
יום טוב אינדערפרי האט דער רבי שליט"א פארגעזאגט 'אקדמות' מיט בכיות עצומות וואס האט זיך געהערט גאר ווייט, און דערנאך געדינט אלס בעל קורא און עולה געווען לתורה די קריאה פון עשרת הדברות.
צו די קריאה פון מפטיר האט מען ארויסגענומען די נייע ספר תורה און דערנאך האט דער רב שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מוסף.ביים נעילת החג האט דער רבי געגעזענט דעם ציבור מיט גאר לאנגע ברכות און עס איז שוין געווען ביים זמן רבינו תם ווען דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד, וווערנדיג ארויסבאגלייט מיטן מקובלדיג'ן באגלייטן ניגון ווען די געפילן רוישן נאך אין די הערצער נאכן מיטלעבן די היסטארישע מעמד און די נאכפאלגנדע יום טוב בהתרוממות עילאה וואס וועט קיינמאל נישט פארגעסן ווערן ביי די וואס האבן דאס מיטגעלעבט.

















































Kommentare