געהויבענעם יום הכיפורים אדורך בצל מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א מיט א חטיבה אחת פון שמחה והתעוררות
- sfbechatzros
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 3 דקות
פרייטאג פ' האזינו • י'א תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני' האבן חסידי וויזניץ מיטגעהאלטן מיט גייסטליכע הרגשים דעם געהויבענעם יום הכיפורים אין בני ברק, בצל הקודש פון רבם ומאורם מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א.
דער רבי שליט"א האט אנטייל גענומען ביי אלע תפילות דורכאויס דעם הייליגן טאג, מיט אן אומגלויבליכער גבורה און א פלאם פייער, וואס האט איבערגעשטיגן אלע ערווארטונגען. טרערן פון שמחה און התרגשות האבן זיך פארגאסן ביי די טויזנטער חסידים, זעענדיג די גרויסע נסים און חסדי ה' למעשה מדרך הטבע.
די התעוררות וואס האט געהערשט אין די טעג פון ראש השנה, ווען דער רבי האט קעגן אלע שאצונגען אפגעראכטן די עבודת הקודש מיט א שטארקקייט איז נמשך געווארן אום יום הקדוש, ווען די רבי שליט"א האט טראץ זיין שוואכקייט מיטגעהאלטן און פארגעדאווענט די תפילות מיט הימלישע כוחות.
שוין ערב יום כיפור האט דער רבי אפגעראכטן דעם טיש וואס איז געוועהן א חטיבא אחת פון שמחה און התעוררות, פול מיט אמונה און בטחון.
בכניסת היום הקדוש איז דער רבי צוגעגאנגען צו כל נדרי און זיך ארומגעדרייט ביי די הקפות כנהוג, דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו תפילת מעריב. נאכן דאווענען האט זיך דער רבי זיך אויסגעדרייט צום ציבור און מען האט אינאיינעם געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות, דער רבי האט דאן אנגעוואונטשן כל הקהל הקודש א גוט יום טוב.
צופרי, האט מען אנגעהויבן די דאווענען עטוואס שפעטער ווי געווענליך, אום 7:00 אזייגער. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו המלך, און פארלאזט דאס ביהמ"ד נאך די שטילע שמונה עשרה, ווען צום עמוד אין ביהמ"ד איז צוגעגאנגען הרה"צ רבי ישראל ארנסטר שליט"א א זון פונעם וויזניצער ראש ישיבה, לכבוד די יארצייט פון זיין שווער כ"ק אדמו"ר מלעלוב זצ"ל.
א פרישע כוואליע פון התרגשות האט ארומגענומען די חסידים ביי תפילת מוסף ווען דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד, און מען האט ווידער זוכה געווען צו הערן קולו בקודש. ביי אלע כריעות און השתחויות האט דער רבי זיך געבויגן, כפי יכלתו.
כאטש דער רבי איז נישט געשטאנען אויף די פיס און געטאנצן ביי אין קצבה וואו ראש השנה, איז דאס התעוררות אין ביהמ"ד געווען אומבאשרייבליך. אנדערש ווי אין די פריערדיגע יארן, איז נישט געווען קיין הפסקה צווישן קריאת התורה און מוסף, בלויז נאך מוסף ארום 3:45 איז געווען א הפסקה פון ארום א שעה ביז מנחה.
די הויכפונקט פון הייליגן טאג איז בלי ספק געווען ביי נעילה, ווען דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד מיט אן אויסערגעווענליכער התעוררות און פארגאסן טייכן טרערן. מען האט געענדיגט עטליכע מינוט פארן זמן, און דער רבי האט זיך אויסגעדרייט צו די חסידים וועלכע האבן אויסגעבראכן אין א פרייליכע טאנץ מיט דעם ניגון "ויאתיו". מען האט אויך געזינגען "האדרת והאמונה" אלס השלמה צו שחרית, ווען די רבי שליט"א איז געוועהן אפוועזנד. נאך די ריקודים האט דער רבי אויסגעשריגן די פסוקי ייחוד, און דער ראש ישיבה הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א האט געבלאזן שופר.
שפעטער אויפדערנאכט בעפאר דעם טיש איז דער רבי ארויס אויף קידוש לבנה. צום ערשטן מאל איז דער טיש פון מוצאי יום כיפור געווען מיט מוזיקאלישער באגלייטונג בתופים ומחולות. דער רבי האט במשך די גאנצע טיש מעודד געווען די ניגונים מיט אן אויסטערלישע התלהבות, מען האט געזינגען ניגונים פון אמונה און בטחון, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און געטאנצן אויפן ניגון "אשרי אדם עוז לו בך" מיט גרויס ברען און ממש געשפרינגען פאר שמחה.
ביים ענדע פונעם טיש, האט דער גאנצער עולם ארויסבאגלייט דעם רבי'ן מיט טענץ אין געזאנג, ויום טוב היו עושין בצאתו בשלום מן הקודש.




























