top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ציבור עצום מיטגעהאלטן פייערדיגע "שמחת בית השואבה" ליל אושפיזא דיעקב בחצה"ק וויזניץ

  • sfbechatzros
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: לפני 17 שעות

דאנערשטאג א' דחול המועד סוכות • י''ז תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

ווי יאר יערליך, האבן שווערע טויזנטער אידן געשטראמט מיטצוהאלטן די גרויסארטיגע שמחת בית השואבה בחצר הקודש וויזניץ אין בני ברק, וואס ווערט געפראוועט בתופים ומחולות מיט גרויס דערהויבנקייט. אינאיינעם מיט די טויזנטער וויזניצער חסידים האבן אלופי אלפי ישראל מיטגעהאלטן די שיינע מעמד זכר לשמחת בית השואבה.


אין נאכפאלג פון יום טוב ראשון של סוכות וואס איז ב"ה פאראיבער מיט גרויס התרוממות הנפש, ווען דער רבי שליט"א האט מיטגעהאלטן אלע תפילות, און מען האט זוכה געווען צו הערן קולו בקודש ביי הלל און די הושענות, ווערט אפגעראכטן די פרייליכע שמחת בית השואבה מידי לילה בלילה וואס איז אלע יארן באוואוסט אין ארץ ישראל אלס דער גרעסטער צוזאמקום אין לויף פון די נעכט פון חול המועד סוכות, וואו צענדליגער טויזנטער אידן פון איבער גאנץ ארץ ישראל שטראמען טעגליך צו מיטהאלטן די גרויסע שמחה אין בית המדרש הגדול וויזניץ אין בני ברק.


ביים שמחת בית השואבה די נאכט ליל אושפיזא דיעקב וואס ווערט פאררעכנט אלס דעם רבינס אושפיזין האט מפאר כבוד געווען דער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א וואס האט מיטגעהאלטן דעם מעמד הוד א לענגערע וויילע ווערנדיג ענטפאנגען בכבוד הרואי דורך דער וויזניצער רבי שליט"א וועלכע האט פארבעטן פונעם רב שליט"א משמיע צו זיין דברי ברכה לכבוד די מעמד.


אין זיינע ווערטער האט דער ראשון לציון אפגעגעבן א שבח והודאה בתוך קהל ועדה, אז דער רבי שליט"א געפונט זיך ברוך השם דא בתוכנו, מיט פרישע כוחות צו לאנגע געזונטע יארן, און ארויסגעברענגט די כח פון תפילות ישראל וואס האבן ב"ה עושה רושם געווען לטובה. נאך די פייערדיגע דיבורים האט דער ציבור האלפים אויסגעבראכן אין פייערדיגע טענץ להודות ולהלל, מיט ניגוני שמחה ובקשה לחיי מלכה.


ווי איינגעפירט האט מען פארקויפט די פופצן שיר המעלות, וואס איז אפגעקויפט געווארן דורך די נגידים יושבים ראשונה במלכות, די ערשטע שיר המעלות לכבודו פונעם רבי'ן איז אפגעקויפט געווארן פאר צענדליגער טויזנטער דאללארן דורך הרבני הנגיד ר' אליש ענגלענדער הי"ו פון לאנדאן, נאך א שיר המעלות איז אפגעקויפט געווארן פאר אן אסטראנאמישער סומע דורכן בארימטן פילאנטראפ הנגיד ר' דן גערטלער הי"ו פון בני ברק, אינצווישן די שיר המעלות האט מען פאר שעהן לאנג געטאנצן פייערדיגע טענץ לרגל שמחת בית השואבה, ווען דער רבי שליט"א בראש השולחן טוט מעודד זיין די טענץ בכל כוחו.


די קלימאקס פונעם נאכט איז געווען ווען דער רבי איז געטאנצן א קאדערל טאנץ אינאיינעם מיט עטליכע יחידים וועלכע האבן זיך אפגעגעבן מיטן רבינס געזונט צושטאנד דורכאויס די לעצטע יאהר צייט, ה"ה נאמן ביתו הרה"ח ר' יעקב אדלער הי"ו, נכדו הגדול הרב חנניה יו"ט ליפא האגער א זוהן פון הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א, וועלכע איז אסאך עוסק בעניני רפואה ארויסצוהעלפן חולי ישראל, און העסקן ר' משה פריעד הי"ו וועלכע שטייט אין שפיץ פון די רופא חולה RCCS אפיסעס אין ארץ ישראל און איז געוועהן שטארק בייהילפיג אינעם רבינס קעיס, בעצה ובמעש.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page