top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע נאכט ביים טורמע 10 ווען צענדליגער גדולי התורה וראשי ישיבות קומען ארויס מוחה כדת של תורה

  • sfbechatzros
  • לפני 11 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' ראה • כ''ג אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

נאכפאלגענדיג די העפטיגע מחאות ביים מיליטער'ישע טורמע'ס כלא נומער 10 ווי עס זיצן איינגעשפארט עטליכע בחורי ישראל, פארן איינציגסטן חטא צוליב דעם וואס זיי האבן זיך נישט געוואלט שטעלן צום טמא'נעם מיליטער, איז דעם ליל שישי פרשת עקב פארגעקומען א היסטארישע עצרת מחאה אדירה פארנט פונעם טורמע, ווי העכער 100 גדולי הדור מרנן ורבנן ראשי הישיבות שליט"א, זענען ארויסגעקומען אויסשרייען די וויי געשריי, די זעקת בני ישראל, און מעורר זיין רחמי שמים מרובים אקעגן די ביטערע גזירת הגיוס וואס ווערט נאר ליידער ערגער פון טאג צו טאג, אין לך יום שאין קללתו מרובה מחבירתה.


א באזונדערע התרגשות האט איבערגענומען דעם יהדות הנאמנה שטייענדיג פארנט פונעם ציוני'טישע טורעמע, זעהנדיג די הערליכע קאלירפולע בימת הכבוד, ווען אזויפיל גדולי ומאורי ישראל מסובין בראשיהם אויסשרייענדיג די זעקת מחאה, ווי צווישן זיי גאון ישראל הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א, ראש ישיבה הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א,  כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, הגאון רבי אברהם סאלים שליט"א, און זייט ביי זייט איז אויסגע'שורה'ט אזויפיל הונדערטער ראשי ישיבות פון אלע שיכטן און קרייזן, וועלכע טראגן דעם עול הרבצת התורה די אלע צענדליגער יארן, אויפשטעלנדיג תלמידים הגונים בכל תפוצות ישראל, און יעצט ווען דער עולם התורה שטייט אין א שייד-וועג, עס הויערט א סכנה גדולה אויף די עתיד קיום התורה, איז מען ארויסגעקומען אויסצושרייען דעם וויי געשריי, דעם זעקת התורה, פארנט פונעם טורמע.


ביים מעמד איז געזאגט געווארן פרקי תהלים און אמירת סליחות לויט די סדר ווי עס איז נקבע געווארן דורך די גדולי הדור, וואס די הימל שרייענדע שפאלטענע תפלות איז געהערט געווארן אריין ביז אין די פינסטערע טורמע צעלן, וואס דאס האט אריינגעגעבן עמער'ס מיט חיזוק פאר די אסירי ציון וואוסענדיג אז זיי שטייען נישט אליינס אין די מערכה.


דער עצרת האט זיך אנגעהויבן מיט פרקי אמירת תהלים וואס איז צוטיילט געווארן פארצוזאגן דורך גדולי הרבנים וראשי הישיבות שליט"א, צום ערשט האט פארגעזאגט הגאון רבי ברוך דוב פוברסקי שליט"א ראש ישיבת פאנאוויטש, דערנאך האט פארגעזאגט הגאון רבי אשר נייהויז שליט"א ראש ישיבת שפתי צדיק גור, הרה"צ רבי ישראל מנחם אלתר שליט"א בשליחות אביו כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, און הרה"צ רבי משה ברזובסקי שליט"א ראש ישיבת סלונים בשליחות אביו כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א.


דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד אמירת סליחות, וואס איז פארגעזאגט געווארן דורך הגאון רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון, און 'אבינו מלכינו' איז פארגעזאגט געווארן פסוק בפסוק דורך הגאון רבי שלום ביטן שליט"א ראש ישיבת "דעת חיים", 'קבלת עול מלכות שמים' איז פארגעזאגט געווארן בקול חוצב להבות אש דורך הגאון רבי אברהם סאלים שליט"א ראש ישיבת מאור התורה, ומגדולי מנהיגי יהדות ספרד.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

Comments


bottom of page