דינסטאג פ' האזינו א' • כ"ו אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר
דעם מאנטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אינעם מוסד 'בית לפליטות' אין ירושלים אויף די פערזענדליגע איינליידענונג פונעם מנהל המוסד הרה"ח ר' חיים אלעזר ראזנפעלד, ביים אנקומען האבן אפגעווארט דעם רבי'ן די חברי הנהלת המוסד, וועלכע האבן ארומגעוויזן דעם רבין אין אלע אפטיילונגען פונעם מוסד, די רבי האט זיך אומגעקוקט מיט התפעלות און ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון די געוואלדיגע פעולות לטובה פאר די טייערע נשברי לב די יתומות, דערנאך איז די רבי אריין אינעם גרויסן זאל און אפגעראכטן א שולחן לחיים וואו די רבי האט פארברענגט פאר קרוב צו א שעה צייט דערציילענדיג איבער די געוואלדיגע פעולות וואס אביו הרה"ק בעל שפע חיים זי''ע האט אויפגעטוהן פאר ילדי ישראל אין די שווערע צייטן נאכן קריג, און דערנאך האט די רבי געבענטשט די הונדערטער עפלעך און האניג וואס זענען געווען צוגעגרייט אויפן טיש און וועלן פארטיילט ווערן פאר די הונדערטער ילדי המוסד און מאציל געוועהן מברכות קדשו לשנה טובה ומתוקה.
Comments