top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קינדער פון האד' מסאטמאר פארמישט אין קאר עקסידענט אין סוואן לעיק

מונטאג פ' פינחס - י"ד תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


א קאר עקסידענט האט פאסירט דער נאכט נאכן שמחת התנאים בחצר הקודש סאטמאר נישט ווייט אוועק פונעם ישיבה קטנה קעמפ מחנה נחלת אהרן אין סוואן לעיק אין וועלכן עס זענען געוועהן פארמישט עטליכע קינדער פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א מהרי''י, דער עקסידענט האט פאסירט מיט א קאר וואס איז אראפגעפארן די רוט 55 וואס האט זיך צוזאמגעקראכט מיט א קאר וואס איז ארויסגעקומען פונעם פארקינג לאט, הצלה האבן אפגעפריט זעקס פארוואונדעטע צום וועסטשעסטער שפיטאל דאראונטער דעם רבינ'ס קינדער בנו הרה''צ רבי ליפא אין חתנו הרה''ג רבי יואל שמעון פריעדמאן מיט לייכטע וואונדן, פיר זענען ב״ה באפרייט געווארן פון שפיטאל.


נאכן ערהאלטן די בשורה א קורצע צייט נאכן עקסידענט איז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אנגעקומען אויפן צענע ווי די חברי הצלה האבן איבערגעגעבן א באריכט פארן רבי'ן איבער די מצב פארוואונדעטע וועלכע זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א סטאבילבן צושטאנד. דער ציבור איז מתפלל פאר הרב חנניה יום טוב ליפא בן חיה שרה אין הרב יואל שמעון בן רויזא מלכה לרפו"ש.



Комментарии


bottom of page