הכשר אויף נגינה פארלאנגט ביי צאנזער חתונות; נייעם "וועד הנגינה" אויפגענימען דורך בית דין צדק ד'קרית צאנז
- Bechatzros admin
- 21 ביולי
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ"ה תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

אין נאכפאלג פון די שטארקע אויפוואכונג אין מערערע קהילות קדושות אין ארץ ישראל, מחזק צו זיין די נושא פון ערליכע חסידישע נגינה, צוריק צו ברענגען דעם ארגינעלע נגינה ביים היימישן ציבור, און זיכער מאכן אז די ניגונים ביי חתונות זענען אויסגעהאלטן ערליך און חסידיש, איז אצינד ערשינען א קריאה קדושה פון די חברי הבית דין צדק אין קרית צאנז נתניה, מיט די חתימה פון הגה"צ רבי יוסף משה דב הלברשטאם רב חסידי צאנז אין אמעריקא, ווי עס ווערט שטארק ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון זינגען בלויז חסידישע ניגונים אזוי ווי עס איז געווען אמאל, און באשטעלן בלויז היימישע ערליכע בעלי מנגנים, עס זאל חלילה נישט צוקומען צו הוללות און פריקת עול ווי עס האט זיך לעצטנס ליידער אריינכעכאפט בקרב מחנינו.
ווי באקאנט איז מיט עטליכע יאהר צוריק געגרינדערט געווארן דער וועד יזמרו לשמך, וואס האט שוין זינט דאן אויפגעטון גדולות ונצורות אין דעם געביט, און פילע חסידישע ישיבות און קהילות האבן זיך שוין אנגעשלאסן דערין מיט פולע שטיצע. אצינד האבן די דייני ק"ק צאנז געברענגט אן אויפוואכונג איבער דעם ענין, וואו זיי פארלאנגען פונעם ציבור זיך צוצושטעלן דערצו, מיט א תקנה קבועה אז יעדער היימישע שמחה דארף פארמאגן דעם הכשר אויף די מוזיק דורכן וועד הנגינה אין קרית צאנז, וואס וועט שטיין על המשמר אז עס ווערן בלויז געזינגען חסידישע ארגינעלע ניגונים ביי די שמחות, כרצון קדשו ועז חפצו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אז די היימישע שמחות זאלן אפגעראכטן ווערן מיט א חסידישן טעם מיט די גלאנץ פון די אמאליגער שמחות.
די דיינים שרייבן אינעם בריוו אז אנגעהויבן פון דעם קומעדיגן ווינטער תשפ"ו וועט יעדער צאנזער חתונה דארפן פארמאגן א הכשר פון די וועד אז די חתונה ווערט געפירט כראוי וכיאות אויסגעהאלטן און הערליך, זיי לייגן צו אז די אייגנטומער פון די זאלן אין קרית צאנז האבן ערהאלטן א קלארע הוראה נישט צו באשטעטיגן קיין שום חתונה אן קיין קלארן אישור פונעם וועד אז צו די חתונה זענען באשטעלט געווארן בלויז אויסגעהאלטענע זינגערס און שפילער'ס.

תגובות