top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישער אסיפה פאראייניגט אלפי חסידי סלונים לאור דעם גזירת הגיוס; פייערדיגע דברות קודש פון האד' מסלונים

  • sfbechatzros
  • 13 באוג׳
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 13 באוג׳

מיטוואך פ' עקב • י"ט אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

א היסטארישע צוזאמקום איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן בחצר הקודש סלונים אין ירושלים, וואס האט צונויפגעברענגט מאסן סלונימער חסידים פון איבער גאנץ ארץ ישראל אויף א געמיינזאמע 'כינוס חירום' אין גרויסן סלונימ'ער ביהמ"ד אין די מאה שערים געגענט, כולם נקבצו ובאו לשמוע את דבר ה', צו הערן די ריכטיגע השקפה הטהורה און דעת תורה הברורה פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א, שטייענדיג אין די יעצטיגע שטורעמישע טעג וואס נעמט ארום דעם גאנצן יהדות החרדית אין ארץ ישראל, ווען די רשעי הציונים האבן דערקלערט א מלחמה קעגן אברכי ובחורי ישראל און פרובירן מיט געוואלד, זיי אריינצושלעפן אינעם טמא'נעם מיליטער.


ביים מעמד, וועלכע האט זיך אנגעהויבן אין די נאכמיטאג שעות, האבן אויפגעטראטן דעם רבינ'ס קינדער הרה"צ ר' ישראל ברזובסקי שליט"א אב"ד סלונים ביתר און הגה"צ ר' משה ברוזובסקי שליט"א ראש ישיבת סלונים, און הרה"ג ר' משה קאפלאוויטש שליט"א אב"ד סלונים אלעד, וועלכע האבן ארויסגעברענגט די חובת השעה וואס ליגט אויף יעדן סלונימער חסיד, צו וויסן מיט א קלארקייט אז מ'שטייט אין א שעת השמד און מען דארף זיין גרייט זיך מוסר נפש צו זיין, נישט אנצוקומען אין מיליטער, אפילו אויב דאס וועט מיינען זיצן אין טורמע.


דאן האט אויפגעטראטן דער שלוחי דרבנן העסקן הרב שמעון שישא יו"ר מרכז עזרה ויעוץ וואס איז שטארק אריינגעטוהן אין די נושא פון גיוס, וועלכע האט אויסגעשמועסט מיט א קלארקייט, אלע פונקטליכע הוראות און הדרכות וואס מען דארף וויסן אויף הלכה למעשה, פון ווען מען ערהאלט א צו גיוס פון די מיליטער, און אויב חלילה מען ווערט ארעסטירט, ווי אזוי מען זאל רעאגירן, וואס יא און וואס נישט צו ענטפערן און אזוי ווייטער.


בחרדת קודש האט מען דאן מקבל געווען פני קדשו פונעם רועה נאמן ישראל כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א, וועלכע האט מופיע געווען בהדרו אין גרויסן ביהמ"ד, זייענדיג א זעלטענע ערשיינונג, נאכדעם וואס דער רבי טוט גאר זעלטן זיך באטייליגן ביי מעמדים אפילו אינערהאלב די קהלה, צוליב זיינע שוואכע כוחות. צום ערשט האט מען געזינגען דעם אויסגעווייקטן וויזניצער ניגון 'כי בשם קדשך בטחנו', וואס איז נתחבר געווארן דורכ'ן רבינ'ס זיידע הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע, ווען עס דערקענט זיך א שטארקע דביקות אויפן רבינ'ס געזיכט.


דערנאך האט דער רבי משמיע געווען רירענדע דברות קודש, און איבער א האלבע שעה, געגאסן עמער'ס פון חיזוק והדרכה על עדת צאן מרעיתו. מממעקי לבו הטהור האט דער רבי אויסגעשריגן דעם חובת השעה, אז מען דארף זיין גרייט צו גיין זיצן אין טורמע למען כבוד שמו יתברך, און זיין מוכן ומזומן אויף אלעם ארגסטן ווי געלט סאנקציעס וכדומה, ווי דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט זיך אויסגעדרוקט, מתי יבא לידי ואקיימנה, דאס איז 'מסירת נפש' אין די יעצטיגע עקבתא דמשיחא און דורכדעם קען מען צוקומען צו די הויעכע מדרגיה פון 'אהובים למקום'.


נאכן רבינ'ס דברות קודש האט דער ציבור ממשיך געווען צו זינגען עטליכע ניגוני דביקות והשתקקות באזונדער עטליכע ווארימע ניגונים וואס ברענגט ארויס די נאנטקייט פון אידישע קינדער צום באשעפער, און די חסידים האבן זיך צושפרייט נאכן מעמד, מלא חיזוק והתרוממות, צו שטיין כחומה בצורה קעגן דעם ביטערן גיזרה, און זיין גרייט צו זיצן אין טורמע במסירת נפש, אזוי ווי אידן אין אלע דורות האבן זיך מוסר נפש געווען על קידוש השם.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page