top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גלה כבוד מישראל: הגאון המקובל רבי אלטר דוד חיים שטערן זצ"ל פון בני ברק נפטר געווארן בשיבה טובה

  • sfbechatzros
  • 26 באוג׳
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' ראה • ב' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

ברוך דיין האמת, גלה כבוד מישראל: אין די לניאדא שפיטאל אין קרית צאנז נתני' איז יעצט באנאכט נסתלק געווארן לגנזי מרומים אחד מזקני המקובלים בארץ הקודש, הגאון רבי אלטר דוד חיים שטערן זצ"ל פון בני ברק, זייענדיג אין טיפן עלטער פון פיר און ניינציג יאהר. דער מקובל זצ"ל איז געווען א נאנטער מקורב און תלמיד פונעם צדיק נסתר הגאון רבי יהודה זאב לייבאוויטש זצ"ל מגדולי המקובלים.


לאנגע יארן האט ער מרביץ תורה געווען און פארגעלערנט שיעורים בתורת הנסתר, און פילע אידן האבן ביי איהם נהנה געוועהן עצה ותושיה.


מיט ארום 10 יאהר צוריק איז ער אריבער א שווערן דורכגאנג אין געזונט, און זייענדיג מוטל על ערש דווי האבן די גדולי המקובלים געהייסן צוגעבן דעם נאמען "אלתר" אלס סגולה לרפואה, בחסדי שמים ולמעלה מדרך הטבע, איז ער דאן צוביסלעך צוריק געקומען צו די כוחות.


דורכאויס די לעצטע תקופה האט ער זיך שטארק געמוטשעט מיט פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס, און יעצט באנאכט איז ער נפטר געווארן אין די לניאדא שפיטאל, לדאבון לב תלמידיו ומעריציו, די מסע הלוויה קומט פאר מארגן מיטוואך פארמיטאג אין בני ברק, מער פרטים וועלן נאכפאלגן.


וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.

תגובות


bottom of page