top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ימי בכורי ענבים • סדר ימי הביקור פון האד' מוויז'ניץ אין ענגלאנד

זונטאג פ' מטות מסעי - כ' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


יהדות לאנדאן איז איינגעהילט אין התרגשות דקדושה זיך גרייטנדיג צו מקבל זיין את פּני הקודש פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס וועט מופיע זיין בהדרו דעם זינטאג בשערי העיר, און ווידמען די קומעדיגע וואך לחזק עדת צאן מרעיתו בגולה.


די דערהויבענע נסיעה פון רבי'ן שליט"א וועט זיך אנהייבן דעם קומענדיגן זינטאג מטות מסעי, ווען דער רבי שליט"א וועט אי"ה זיך אַרויסלאזן פון ארצינו הקדושה, אין באגלייטונג פון אַ קבוצה נכבדה ומשמשים בקודש, אויפ'ן וועג קיין לאנדאן, אין די פארנאכטס שעהן וועט די רבי שליט"א לאנדען אין די היטרו לופטפעלד וואו דער רבי שליט"א וועט ווערן אפּגעווארט דורך די פני ונכבדי העדה וראשי הקהלה וואס וועלן מקבל זיין דעם רבי'ן אינעם לופטפעלד. פון לופטפעלד וועט די רבי שליט"א תיכף צופארן צו די העמסטעד געגענט בשכינות פון גאלדערס גרין ווי די רבי וועט אי"ה האבן די אכסניא אין לויף פון די וואך.


צומארגנס מאנטאג פארמיטאג וועט די רבי אנגקומען צום סטעמפארד הילל געגענט ווי די רבי וועט אין לויף פונעם טאג באזוכן אין די מוסדות התורה והחינוך דחסידי וויזניץ, די תלמוד תורה און ישיבה קטנה, שפעטער אויפדערנאכט וועט די רבי אנקומען אין בית מדרש הגדול אהבת ישראל וויזניץ וואו מ׳וועט זיך שטעלן דאווענען אינאיינעם תפלת מעריב ברוב עם הדרת מלך. תיכף נאך מעריב וועט אי"ה פאָרקומען דער מעמד "קבלת פּנים" במקהלות עם רב וועלכע וועלן מקבל זיין ברגשי קודש דעם מנהיג עדת ה', און נאכן מעמד וועט זיין די געלעגנהייט אדורכצוגיין אל מול פני הקודש שלום נעמען.


אין לויף פון די וואך וועט וועט זיין ספציעלע זמני כניסה מיוחד פאר חסידי וויזניץ תושבי לאנדאן בבית האכסניא פונעם רבי'ן אין העמסטעד.


פון די הויכפונקטן ביים ביקור המרומם וועט געוויס זיין די געהויבענע שבת וואס וועט געפראוועט ווערן אויף א גרויסע פארנעם אין מילטען קיענס א שעה צו פארן פון לאנדאן במעמד קהל רב חסידי וויזניץ פון איבער אלע אייראפישע שטעט וואס זענען ערווארטעט אנטייל צו נעמען אין דעם געהויבענעם שבת.


מיטוואך ראש חודש וועט די רבי ווידער אנקומען אויף תפילת שחרית בבית מדרשו אין שטאט מיט קהל חסידיו, נאכמיטאג וועט די רבי שליט"א מעריך זיין שולחנו הטהור סעודת ראש חודש אינאיינעם מיט א רייכע באנקעט ספעציעל געייגענט פאר נדיבים בעם לטובת די מוסדות. דאנערשטיג וועט די רבי ארויספארן למקום נופש אין חלדודנא ווי די רבי וועט וויילן די קומענדיגער זוממער וואכן אויף אפרוה.

bottom of page