זונטאג פ' כי תצא - ג' אלול תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעידט: סאטמארע נייעס
גרויס התרגשות נעמט ארום תלמידי וחסידי סאטמאר איבער די וועלט מיט די גינגסטיגע נייעס פון ארץ ישראל, אז ביידע קהילות קדושות דחסידי סאטמאר סיי אין ירושלים עיה''ק און אין בני ברק האבן זיך דעם שבת זיך אריבערגעצויגן און באנייט א מקום רחבת ידים אלס צענטראלע ביהמ"ד הגדול פאר די ארטיגע קהילות.
אין ירושלים איז די וואך פארענדיגט געווארן דער פראוויזארישע בית המדרש הגדול אינעם בנין פון ישיבת חברון אין די גאולה געגענט, נאכדעם וואס די קהילה איז ליידער געווען נע ונד די לעצטע פאהר חדשים זינט די גרויסע שריפה ה''י, אינעם בנין הקהילה והמוסדות אויף רחוב יונה.
די הנהלת הקהילה אין ירושלים האט אהער געשטעלט דעם מקום לשם ולתפארת אז דאס זאל זיין באקוועם פאר די נעקסטע פאהר יאהר, ביז מ'וועט זיך בעז''ה אריבער ציהען אינעם נייעם בנין המפואר תל תלפיות אויף רחוב יונה, וואס מ'האט שוין באקומען די נויטיגע פערמיטן און אנגעהויבן די גראב ארבייט אין מזל'דיגע שעה. אויך דער תלמוד תורה יטב לב אין ירושלים וועט מארגן אנהייב די לימודים אינעם נייעם לאקאל אין די בנין פון די חברון'ער ישיבה.
אין בני ברק איז די וואך אויסגעפירט געווארן בשעטו’’מ די מאסיווע ארבייט אויף די הינטערשטע שטאק פונעם בנין התלמוד תורה וואס איז אנגעגאנגען מיט א שנעלקייט די לעצטע 10 טאג בס''ד, נאך די לעצטע פאר יאהר וואס דאס ביהמ''ד איז געווען צייטווייליג סטאנציאנירט אויף די הויכע שטאקן און דאס פלאץ איז געוועהן צר מהכיל דעם ציבור בליעה''ר.
שוין אויף דעם שבת האט דער הנהלת הקהילה צוגעשטעלט א הערליכע און לופטיגע היכל גדול ומפואר וואס וועט דינען אלס בית המדרש הגדול לשם ולתפארת אין אין די קומענדיגער וואכן וועט מען צוענדיגן די רענאוואציע'ס אינעם בית המדרש פון אינעווייניג עס זאל זיין פולקאם גרייט אויף די ימים טובים.
留言