מיטוואך פ' כי תצא - ו' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

א ספעצילער אויפנאמע איז פארגעקומען היינט אויפדערנאכט במעון קדשו פון כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א לכבודו פונעם ירושלימ'ער מעיאר משה ליאון ווען באותו מעמד איז געלייגט געווארן דער אבן הפינה פארן נייעם קינדערגארטן פליגל וואס וועט צוגעבויעט ווערן צום בנין התלמוד תורה דחסידי בעלזא אין ירושלים, אויפן גרויסן שטח וואס דער מעיאר האט צוגעשטעלט פאר די הנהלת התלמוד תורה.
הרב מיכל האלברשטאם א מיטגליד אין די ירושלימער שטאטראט ומגדולי עסקני ק''ק בעלזא האט פארגעשטעלט דעם מעיאר פארן רב שליט''א ארומרעדנדיג איבער זיינע פילע לייסטונגען פאר די שטאט אין פאר בעלזא בפרט וואס האט שוין אינעם עבר אסאך נהנה געוועהן פונעם מעיאר, אין זיין אוזן קשבת פאר יעדן צוגלייך. דער רב שליט''א האט אריינגעגאסן צעמענט אינעם אבן הפינה מיט א ספעציעל צוגעגרייטע זילבערנע טעפל, אין דאן מכבד געוועהן דער מעיאר, אין די הנהלת התלמוד תורה.
צום שלוס האט דער רב שליט''א מאציל געוועהן מברכת קדשו פארן מעיאר ער זאל קענען ווייטער טוהן אין אויפטוהן אין בלויז מרבה זיין כבוד שמים אין ווארעם אנגעוואונטשן צו די בעפארשטאייענדעג וואהלן דעם ווינטער.




Comments