top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר קובע געוועהן מזוזות ביי די נייע סאטמאר פלייש געשעפטן אין אין די קעטסקיל בערג

דאנערשטאג פ' פינחס - י"ז תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


דעם זונטאג אין די נאכמיטאג שעה'ן איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי דריי נייע פלייש געשעפטן אינערהאלב די סאטמארע מהודר'דיגע שחיטה, וואס האבן זיך געעפנט דעם זוממער אין עטליכע נייע געגנטער אין די קעטסקיל בערג, נאכפאלגענדיג די מאסיווע הרחבת גבולי הקדושה ווען דעם זוממער אליינס האבן זיך געעפנט פיר נייע לאקאציעס פון סאטמארע פלייש געשעפטן אין די קאנטרי, אין צוגאב צו נאך צוויי פלייש געשעפטן וואס גייט שוין אן א שיינע תקופה אין די קעטסקיל בערג צו סערווירן שלומי אמוני ישראל מדקדקים בכשרות ווען זיי טוען וויילן אין די קאנטרי דורכאויס די זוממער וואכן


אין די מיטאג שעה'ן איז דער רבי ארויסגעפארן ממעון קדשו אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק, צוערשט איז דער רבי אנגעקומען צום נייעם בוטשער סטאר שע"י קהל יטב לב וואס איז סטאנציאנירט אין ליבערטי, עס זענען געווען דארט אנוועזנד א פמליא נכבדה פון די רבנים דיינים און עסקני הקהילה אין קרית יטב לב אין בלומינגבורג, וועלכע פארפיגן אויף די כשרות הבשר און אלעס אנבאלאנגט די בוטשער סטאר אין ליבערטי, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די געטרייע עסקנים וחברי ההנהלה. דערנאך איז דער רבי אנגעקומען צום נייעם לאקאל אין ווייט לעיק, וואס געפונט זיך הארט נעבן די באקאנטע סאטמארע "לפידות קאנטרי", דער רבי האט קובע געווען מזוזות ביים הויפט אריינגאנג פון די נייע געשעפט, און מאציל געווען מברכות קדשו פאר אלע אנוועזנדע.


שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען צום נייעם פראכטפולן בוטשער סטאר אין מאנטיסעלא, אויפן ארט וואו עס פלעגט זיין די בארימטע "שבת דיפאו" אין די מאונטען מאלל אין מאנטיסעלא, און איז אצינד אפגעקויפט געווארן דורך די הנהלה פון סאטמאר פלייש געשעפט, צו סערווירן מהודר'דיגע פלייש פאר טויזענטער אידן וואס קומען וויילן אין די געגנט דורכאויס די זוממער וואכן, און דורכאויס די גאנצע יאר, דער רבי האט ארומשפאצירט און באטראכט די גאנצע געשעפט מיט די פילע חומרות והידורים בכשרות הבשר, און געהערט א באריכט פון די רבני וועד הכשרות. דער רבי האט קובע געווען א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג, און זיך דערנאך אוועקגעזעצט אויף א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די חברי ההנהלה ורבני ההשגחה, אונטער די פאראייניגטע פירערשאפט פון הנהלת קהל יטב לב ד'סאטמאר און וויליאמסבורג, און הנהלת קהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יטב לב בלומינגבורג.


ביים מסיבת לחיים האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט דברות קודש אנבאלאנגט די הרחבת גבולי הקדושה און די געוואלדיגע פעולות צוצושטעלן כשר פלייש פאר אידישע קינדער אויף א אויסגעהאלטענע פארנעם, דער רבי האט געטיילט שיריים פאר די חשובע עוסקים במלאכת הקודש, און געוואונטשן ווארעמע ברכות פאר אלע אנוועזנדע. ארויסגייענדיג פונעם נייעם פלייש געשעפט אין מאנטיסעלא, זענען צוגעקומען צום רבי'ן א קבוצה חסידים וואס וואוינען אינעם דערנעבענדיגן גאנציעריגער חסידישע ישוב אין מאנטיסעלא, וועלכע האבן געבעטן דעם רבי'ן צו קומען באזוכן די שפאגל נייע מקוה טהרה וואס ווערט אצינד געבויעט אין צענטער פון שטאט מאנטיסעלא להרבות טהרה בישראל, דער רבי איז נעתר געווארן לבקשתם, און געקומען זעהן פונדערנאנט די פילע חומרות והידורים ביים בויען די מקוה, על פי שיטתו הברורה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע און די פריערדיגע צדיקים אשר מפיהם אנו חיים. דערביי האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס אין הלכות מקוואות מיט די ארטיגע רבנים ודיינים, און דער רבי האט געוואונטשן ברכות קדשו.






























Comments


bottom of page