top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

העתירו על ה' • האד' מתולדות אברהם יצחק אריינגעפירט אין שפיטאל נאכן ליידן פון א חולשה

זונטאג פ' כי תצא - ג' אלול תשפ"ג | קול בחצרות


היינט אין די פארמיטאג שעהן איז כ''ק האדמו''ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א אריינגעפירט געווארן צו די הדסה שפיטאל אין ירושלים, נאך א לענגערע תקופה וואס די רבי איז שטארק אפגעשוואכט.


דורכאויס די לעצטערע וואכן האט מען עטליכע מאל גענימען דעם רבי'ן אין שפיטאל אויף בדיקות אין וואו עס שטעלט ארויס איז דער אורזאך פונעם שוואכקייט די נירן - וועלכע פונקציאנירן נישט ווי עס דארף, אין דאס טוט צוברענגען שווערקייטן מיטן אטעם אין נאך קאמפליקאציע'ס ל''ע.


דורכאויס שבת האט זיך דער מצב פארערגערט, די רבי איז אריינגעקומען צום טיש פרייטאג צונאכטס טראץ דער חולשה לרגל די שבת של שמחה די שבת אויפרוף פון אן אייניקל, וואו עס האט זיך דערקענט אויפן רבי'ן א גרויסער שוואכקייט וואס האט אויפגעברענגט גרויס זארג ביי די חסידים זעהנדיג ווי די רבי איז ליידער שרוי בצער.


שבת אינדערפרי אין אזוי אויך צו שלש סעודות איז די רבי נישט אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול. בצפרא דשבתא האט די רבי געבעטן איבערגעבן אין ביהמ''ד אז מען זאל מתפלל זיין אין מעורר זיין רחמי שמים לרפואתו השלימה, אין שבת נאכמיטאג האבן זיך הונדערטער חסידים פארזאמלט אין גרויסן ביהמ''ד וואו מען האט אויסגעזאגט גאנץ ספר תהילים.


היינט זינטאג צופרי נאכדעם וואס די דאקטוירים אין אנשי רפואה האבן אונטערזוכט דעם רבי'ן באשלאסן געווארן אריינצופארן אין שפיטאל מיטן האפענונג צו זעהן א שינוי לטובה אינעם מצב ווי אמשנעלסטן.


דער ציבור איז מתפלל לרפואתו השלימה פון מרן שמואל יעקב בן יענטא בתוך שאר חולי ישראל.

Comments


bottom of page