top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רבבות אידן איבער די וועלט פראווען די הילולא קדישא פון כ"ק הרה"ק מטאהש זיע"א

דאנערשטאג פ' שופטים - ל' אב תשפ"ג | קול בחצרות


דער הייליגע שטעטל קרית טאהש קאנאדע האט אין די לעצטע טעג געווירבלט מיט אומגעהויערע מאַסן, פון טויזנטער אידן בליעה"ר, זקנים עם נערים, וואס האבן "עולה רגל" געווען און געקומען מרחוק ומקרוב לכבוד ז"ך אב די אכטע יומא דהילולא רבתי פונעם מייסד הקרי' הרה"ק מטאהש זי"ע, אשר שם חלקת מחוקק ספון, ווי מען האט פארגאסן נחלי דמעות לישועת הכלל והפרט וכל משאלות לבבם לטובה בזכותו של אותו צדיק עמוד צלותהון דישראל.


מיט א באזונדערע התרוממות דקדושה איז געפראוועט געווארן די גרויסע טאג ביי חסידי טאהש המקושרים לאילני דחיי בצילא דמהימנותא פון בנו ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א אין קרית מלך רב קרית טאהש רבתי.


זינטיג נאכט בליל ההילולא קדישא האט די רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מעריב אין ביהמ''ד הגדול וואס איז געווען איבערגעפילט מיט א גרויסע ציבור חסידים תושבי הקריה און הונדערטער געסט וואס האבן זיך געפינען אינעם שטעטל לרגל האי יומא רבה. נאך מעריב האט זיך די ריזיגער ציבור פארזאמלט אין ביהמ"ד הגדול, צו די צענטראלע סעודת הילולא וואס איז אפאגעראכטן געווארן במקום הקודש, בבית מדרשו של רבי, דער ביהמ"ד איז הערליך אויסגעשטעלט געווארן מיט א ברייטן אויבן אן אויף דרום זייט, ווי עס האבן באשיינט פולע גדולי ורבני ודייני קהילות טאהש, וגדולי ורבני עיר מאנטריאל, ונכדי בעל ההילולא. אינעם ריזן היכל איז געווען צוגעגרייט הונדערטער זיץ פלעצער, און הויעך שטאקיגע פארנטשעס.


צו די באשטימטע צייט איז כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א ערשינען צום עריכת השולחן. די רבי שליט"א האט געצינדן ליכט און זיך געוואשן צו די סעודת הילולא, דערנאך האט די רבי געמאכט דעם "סיום הש"ס" וואס איז געלערנט געווארן דורך עדת חסידי טאהש לעילוי נשמתו פונעם רבי'ן זי"ע. אין דער רבי האט געזאָגט דעם קדיש.


במשך די סעודת הילולא, האבן די בעלי מנגנים דחצר הקודש טאהש פארגעזינגען פארשידענע ניגוני התעוררות וואָס מ'פלעגט זינגן אין די זמנים מיוחדים ומרוממים במחיצתו של רבי, די רבי האט געוואונטשן לחיים און אויפגעטראטן מיט פלאם פייערדיגע דברות קודש און שטארק ארומגערעדט מיט דברי חיזוק והדרכה, התעוררות ומוסר ממשיך צו זיין די דרכים און די יסודות וואס די רבי האט אוועקגעשטעלט אינעם הייליגן שטעטל, צניעות און קדושה וטהרה, קדושת בית המדרש און נישט רעדן ביים דאווענען.


א לענגערע צייט האט די רבי ארומגערעדט בעניני חיניוך הבנים והבנות, צו אויפצוען די קינדער אויפן הייליגן דרך נאכזאגנדיג וואס די פאטער די רבי זצ"ל האט געזאגט ביים התייסדות הבית המדרש טאהש אין קרית יואל אז ער דארף א ביהמ''ד ווייל ער וויל מ'זאל זיך האלטן אינאיינעם, און די רבי האט מאריך געווען בדיבורו און אויפגעפאדערט די חסידים זיך צוזאממצוהאלטן און דאווענען אין די טאהשע בתי מדרשים, און בפרט שטארק מעורר געוועהן איבער די אחריות וואס ליגט אויף די עלטערן צו שוקן לערנען די קינדער אין די היימישע ישיבה, ווייל נאר אזוי קען מען זיך האלטן אויפן אויסגעטראטענעם טאהשער דרך.


נאכן בענטשן איז די גאנצע ציבור אריבער פאר א לענגערע צייט וואונטשן לחיים פארן רבין שליט"א, און די נגידים בעם ועסקני הקהילה האבן געהאט די זכי' צו באקומען כוס של ברכה פונעם רבי'ן.


שפעטער אויפדערנאכט ארום 1:00 אזייגער איז די רבי שליט"א אנגעקומען צום ציון המצוינת ווי די רבי האט געצינדן אויל ליכט און זיך משתטח געווען אויפן ציון הקדוש אויסבעטנדיג א תפילה חרישית און פארגאסן טרערן פועל'נדיג ישועות ורפואות פאר גאנץ כלל ישראל, און דערנאך געליינט קוויטלעך פאר א שטיק צייט.


מאנטאג בעצם יומא דהילולא האט די רבי יורד געווען לפני התיבה צו שחרית און עולה געווען לוי, נאכן דאווענען האט די רבי אפגעראכטן די מסיבת לחיים, ווי די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש ארומרענדיג איבער זיך מדבק זיין בדרכיו הטהורות און ארויסגעברענגט בשבח המוסדות הקדושים וואס מען האט לעצטענס אויפגעשטעלט על שמו הקדוש און מסיים געווען בברכות קדשו מזאל אויספוילן אלעס גוטס, דערנאך האט די רבי פארגעזאגט די תפלה אחינו בני ישראל ויענו כל העם אמן.


דאן איז דער רבי שליט"א ארויף צום ציון הק' אין באגלייטונג פון א ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה. מען האט אויסגעזאגט גאנץ ספר תהלים בהתעוררות רב און די בכיות ביי אלע אנוועזנדע איז געווען עד לב השמים. נאך תהילים זאגן האט דער רבי שליט"א געלערנט א פרק משניות און דאן געליינט קוויטלעך פונעם ציבור פאר איבער א שעה צייט און מתפלל געווען לישועתן של ישראל מיט גרויס התרגשות, נאכן פארלאזן דעם בית החיים ביז שפעטער אויפדערנאכט האט די רבי שליט"א אויפגענומען דעם ציבור אורחים החשובים לברך ולהתברך, אינעם בית המדרש הפרטי פון אביו הק' אינעם בנין בית המדרש הגדול.


במשך דעם טאג האט זיך נישט אּפגעשטעלט דער ענדלאזער שטראם פון טויזנטער אידן וועלכע זענען געקומען מתּפלל זיין אויפ'ן ציון הקדוש,קרית טאהש איז געוואן באלאגערט מיט טויזנטער אידן וואס האבן נישט אויפגעהערט צו שטראמען. אויפ'ן גאנצן וועג ארויף צום ביה"ח איז מען געגאנגען מאסן אידן, און מ'האט איינגעריסן אויף ישועתן של ישראל מיט אן התעוררות נפלא, זייענדיג נכון לבם בטוח בזכותו פונעם בעל הילולא , אז מ'האט גע'פועל'ט אלעס גוטס.







































Bình luận


bottom of page