top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אבי אבי רכב ישראל ופרשיו • זקן ראשי הישיבות הגאון רבי ברוך מרדכי אזרחי זצוק"ל נסתלק געווארן

דאנערשטאג פ' לך לך • י"א חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


א וואלקן פון טרויער האט זיך אראפגעלאזט אויף די ליטווישער עולם התורה והישיבות אין אויף די גאנצע אידישע וועלט מיטן אנקום פון די שווערע בשורה, איבער די הסתלקות לגנזי מרומים פון אחד מזקני ראשי ישיבות משיירי כנסת הגדולה הגדולה הגאון הגדול רבי ברוך מרדכי אזרחי זצוק''ל ראש ישיבת 'עטרת ישראל' ובעל 'ברכת מרדכי', וועלכער איז היינט צופרי נסתלק געווארן לגנזי מרומים אין טיפן עלטער פון פינעף און ניינציג יאר.


דער ראש ישיבה זצ"ל איז געווען פון די אויסגערופענע רבנים אין ארץ ישראל, זיין לעבן איז געוועהן איין לאנגע קייט פון הרבצת התורה, ער איז געוועהן מפורסם מיט זיין געוואלדיגן כח התורה, אין אסאך אויפגעטון לכבודה של תורה און פאר אידישקייט ענינים, ער האט לוחם געווען מלחמות השם ברמה, און מדריך געווען טויזענטער תלמידים על דרך התורה והמסורה.


אין די לעצטערע חדשים איז די ראש ישיבה ליידער געלעגן על ערש דוי בעת ווען כלל ישראל האט מרבה געוועהן בתפחלה לרפאות מרן ברוך מרדכי בן הינדא, היינט צופרי איז דער ראש ישיבה נתבקש געווארן לישיבה של מעלה אין די הסדה שפיטאל אין ירושלים, למגינת לב תלמידיו וכל בית ישראל.


פרטים איבער די לוי' וועט נאכפאלגן.


コメント


bottom of page