top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ימי הרחמים והרצון • האד' מלויצק איז מתפלל ביים ציון הק' פון זקינו הרה"ק רבי ישראל מסטאלין זי"ע

דינסטאג פ' האזינו • ד' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


כ"ק האדמו"ר מלויצק שליט"א איז היינט אין די פארטאג'ס שעהן אפגעפלויגן קיין פראנקפורט אין דייטשלאנד ווי די רבי שליט"א האט פוקד געווען דעם ציון הק' פון זקינו הרה"ק רבי ישראל פון סטאלין זי"ע באקאנט אלס 'דער ינוקא' לכבוד די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן ראש השנה אין מקום מנוחתו איז אין דער שטאט פראנקפורט. פונעם לופטפעלד איז די רבי ארויסגעפארן צום שטאט מיכלשטאט לרגל די יארצייט פונעם הייליגן בעל שם פון מיכלשטאט זיע"א וואס געפאלט אויס היינט ד' תשרי.


אנקומענדיג קיין מיכלשטאט האט זיך די רבי צוזאמגעטראפן מיט צענדליגע חסידים וואס זענען געקומען צו פארן פון די אייראפעאישע שטעט אריינגערעכענט אנטווערפן, לאנדאן, אין ציריך. פארן דאווענען האט די רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר עטליכע בר מצוה בחורים, אין נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דערנאך איז די רבי ארויף צום ציון פונעם בעל שם ממיכלשטאט זיע"א אויפן ארטיגן בית החיים, אין פון דארט איז די רבי ארויסגעפארן צוריק קיין פראנקפורט צום ציון פונעם זיידן הרה"ק רבי ישראל מסטאלין זי"ע ווי די רבי האט צום ערשט מתפלל געווען ביחידות א תפילה חרישת, אין דערנאך האט מען געזאגט תהילים ברוב עם אין די רבי האט גענומען קוויטלעך פון די חסידים.


אין די נאכמיטאג שעהן האט זיך די רבי צוריק געקערט למעון קדשו אין עיה"ק ירושלים.




















Opmerkingen


bottom of page