דאנערשטאג פ' פינחס - י"ז תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
א שיינעם מסיבת לחיים, איז אפגעראכטן געווארן נעכטן נאכן מעמד יציקת הבורות אין די ביהמ''ד דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין די בלומינגראוו געגענט אין קרית יואל אויף מעריוואלד, ווען באותו מעמד איז פארגעקומען א מסיבת לחיים רבתי לכבוד דעם התמנות פונעם נייעם דומ״ץ הביהמ״ד הרה״ג רבי שמואל לייטנער שליט״א וועלכער איז נתעלה ונתרומם געווארן דורך כ״ק האדמו''ר מסאטמאר שליט״א לעמוד לשרת בשם ה׳ אלס דיין ומרה צדק אינעם ביהמ"ד.
דער היכל הגדול וואס איז געווארן הערליך איינגערישט פראוויזאריש לכבוד המאורע. דער יושב ראש איז געווען א׳ מתושבי השכונה מוה״ר שאול יודא מענדלאוויטש הי״ו, וועלכער האט איבערגעגעבן א באריכט פון הצלחת הביהמ״ד און פונעם ערשטן שבת וואס דער נייער דיין האט געוויילט אינעם ביהמ"ד און מרומם געווען דעם גאנצן ציבור מיט די הערליכע דרשות ובכח תורתו. דערנאך האט אויפגעטרעטן דער דיין שליט''א מיט א הערליכע דרשה לכבוד המאורע ולכבוד הציבור. דערנאך האט מען געהערט דברי ברכה פון הגה״צ אבד''ק סאטמאר ירושלים שליט״א ארויסהייבנדיג בשבח המקום, ובשבח פונעם בונה ומקים הנגיד הרה״ח ר׳ אברהם בער יאקאבאוויטש הי״ו סגן ראש הקהל און במיוחד דער נייער דיין שליט״א אשר פקיע שמי׳ בכח תורתו וביראתו הקודמת לחכמתו און אויפגעפאדערט דעם ציבור צוצושטיין צום דיין שליט״א להגדיל תורה ולהאדירה.
דאן האט מען געהאט די זכי׳ צו הערן דברות קודש פונעם רבי'ן שליט''א, וואו די רבי האט ארויסגעהויבן דאס התמנות פונעם נייעם דיין שליט״א, אשר כבר איתמחי גברא מיט זיין כח התורה והוראה ומצא חן בעיני אלקים ואדם, האיש אשר אבחר בו צו קענען מצליח זיין און מרומם זיין דעם קרן קרן התורה וההוראה. באזונדער האט די רבי מעלה געווען לשבח דעם בונה ומקים הרה״ח ר׳ אברהם בער הי״ו וואס האט שוין חזקה צו בויען בנינים כבירים לה׳ ולתורתו, ואיזה חכם הרואה את הנולד אז דא וועט דאך נאך אי״ה צוקומען אזויפיל תושבים בעז״ה אז ס׳זאל זיין א הערליכער ביהמ״ד רחבת ידים יעדער זאל קענען קובע מקום זיין לתורה ולתפלה בדרך התורה והמסורה לנו מדור דור, אין מסיים געוועהן בברכת קדשו. נאך די דברות קודש האט די רבי שליט״א געטרונקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן דיין שליט״א, פאר דעם בונה ומקים הרה״ח ר׳ אברהם בער הי״ו, און פאר אלע אנוועזנדע רבנים ואנשי שם, ותושבי השכונה, און דערנאך האט מען יך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ ״אמר רבי עקיבא אשריכם ישראל״, אפגעבנדיג א שבח והודי׳ לה׳ מיט א תפלה על העתיד "בורא עולם בקנין השלם זה הבנין"!.
Commentaires