top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רבבות חסידי גור מיטגעהאלטן חתונה הרוממה פון אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר מגור שליט"א

מיטוואך פ' ויחי • ט"ו טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


א מחזה הוד פון שמחה וחדווה האט זיך היינט אפגעשפילט בקרתא דשופריא ווען רבבות חסידי גור פון איבער גאנץ ארץ ישראל האבן געשטראמט אין די מאסן צום ביהמ''ד הגדול גור בפלטרין של מלך זיך מיטצופרייען ביים לאנג ערוואטערטע שמחה בבית רבם ומאורם כ''ק אדמו"ר מגור שליט''א, בנישואי נכדתו למזל טוב, די כלה א טאכטער פון חתנו הרה"צ ר' אברהם העניך זילבערשטיין שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרב מרדכי לובלינג שליט"א פון אשדוד.


נאך לאנגע חדשים פון ארויסקוקן אין ווארטן, נאך וואס די ארגינעלע זמן חתונה איז אפגעשטופט געווארן צוליב די שעת מלחמה בארצינו הקדושה, האט מען געקענט טאפן די שמחה אין די לופטן, זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו.


די מעמד החופה איז ווי באריכטעט פארגעקומען אויף א באשיידענעם פארנעם מיט די השתתפות פון בלויז די בני המשפחה צוליב די אומשטענדן אין ארץ ישראל, אזוי אויך איז ביים יעצטיגן חתונה נישט פארגעקומען די קינדער טיש וואס איז איינגעפירט אין גור, בעפאר די מעמד קבלת פנים.


די רבי איז ערשינען אין גרויסן בית מדרש צום מעמד קבלת פנים וואו עס האבן אנטייל גענימען די טויזנטער תלמידי הישיבות הקדושות, נאך די ניגוני התעוררות און גראמען האט די רבי פארטיילט לחיים פאר די בחורים און איינער פון די עלטערע בחורים פון קיבוץ האט איבערגעגעבן פארן רבין א קוויטל מיט די נעמען פון אלע עלטערע בחורים וואס ווארטן געהאלפן צו ווערן מיט זיווגים.


נאכן קבלת פנים איז פארגעקומען די מעמד קריאת התנאים וואו הגה"צ רבי חיים יצחק אייזיק לנדא גאב"ד בני ברק איז מכובד געווארן צו ליינען די תנאים, און אום פיר אזייגער איז מען ארויס צום חופה אויפן דאך פונעם ביהמ''ד הגדול, די סדר הכיבודים איז געווען ווי פאלגענד: מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די זיידע כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א, קריאת הכתובה די געוועזענער רב הראשי הגאון רבי ישראל מאיר לאו, מיט די ברכות זענען מכובד געווארן הגאון רבי יצחק זילבערשטיין רב שכונת רמת אלחנן, די ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף, כ''ק האדמו''ר ממודזיץ שליט''א, הגאון רבי מיכל זילבער ראש ישיבת זוועהיל, אין די זיידע הרה''ח ר' חנוך לובלינג, ברכה אחריתה כ''ק האדמו''ר מבאיאן שליט''א.


נאכן חופה איז די רבי שליט"א ערשינען מיט די באטייליגטע אדמורי"ם ורבנים אויף איינע פון די גאלעריען אין ביהמ''ד הגדול וואו עס זענען געוועהן פארזאמלט די טויזנטער חסידים וועלכע האבן ספאנטאן אויסגעבראכן אין ריקודין של שמחה. עס האט נאכגעפאלגט מיטן שולחן לחיים בביתו נאווה קודש פונעם זיידן די גערער רבי שליט''א בהשתתפות די חשובע אדמור''ים ורבנים.  

אום אכט אזייגער איז די רבי ערשינען צו די סעודת החתונה, אין איז אנטפאנגען געווארן לקול תרועת השמחה, במקהלות אלופי אלפי החסידים, דורכאויס די סעודת החתונה האבן זיך אנגעזעהן צווישן אנדערע האדמורי"ם מסאדיגורא און סטריקוב, הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג ראש חבורת נחלת יעקב, הגאון רבי נפתלי נוסבוים ראש ישיבת חיי משה, דער פוסק הגאון רבי עמרם פריד, הגאון רבי יעקב הלל אוסטרליץ דומ"ץ חסידי דאראג, און הגאון רבי אברהם ישעי' שפירא פון בני ברק.


ביים לחיים האט דער גבאי הרב איטשע מאיר טאומאן אויסגערופן דרשה געשאנק די טויזנטער בלעטער גמרא מזומנים וואס זענען געלערנט געווארן אין אלע שטיבלעך, ישיבות, מתיבתות און חדרים דחסידי גור, די משמחים זענען ארויף טאנצן ריקודין בכלי שיר בתוף כינור ונבל לכבוד שמחת חתן, און הרב משה נחום לעוו האט אויפגעטראטן מיט דברי חרוזין לכבוד די שמחה, די רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט די שבע ברכות כנהוג.


נאכן בענטשן האט זיך די רבי אויפגעשטעלט אויף א ריקוד אין איז דערנאך אריין אין א זייטיגער שטוב צום מצווה טאנץ אויף א פריוואטער פארנעם מיט די בני המשפחה.



































































コメント


bottom of page