מוצאי שבת פ' ויחי • י"ח טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

ברגשי שמחה וחדווה האבן חסידי ויזניץ תושבי עיר חיפה מקבל געווען את פני הקודש פון מאורם ורבם מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, וועלכער איז היינט נאכמיטאג אנגעקומען אויף א געהויבענע ביקור קודש בקרב הקהילה אין שטאט חיפה, לקראת די ערשטמאליגע געהויבענע שבת וואס דער רבי וועט פראווענען בקרב חסידיו אין שטאט.
ארום פיר אזייגער נאכמיטאג איז דער רבי ערשינען בשערי העיר, וואו עס האבן אפגעווארט א גרויסע ציבור חסידים און ילדי חמד, אין שפיץ פונעם רב הקהילה הרה"ג ר' חיים מאיר גרינבוים, און דער בעל אכסניא הרב החסיד ר' יעקב דוד שטערן. דער רבי איז תיכף צוגעפארן לבית האכסניא, און שפעטער ארום זיבן אזייגער אנגעהויבן אויפצונעמען דעם ציבור חסידים מיט קוויטלעך.
בין הנכנסים זענען אריין א קבוצה נכבדה פון די עסקנים אין קהילת בעלזא אין חיפה, אין שפיץ פונעם דיין הקהילה הגה"צ ר' בערל רעכניצער שליט"א, דער ויזניצער רבי האט זיך הארציג באדאנקט פאר די בעלזא עסקנים פאר זייערע שטענדיגע הילף לטובת די וויזניצע קהילה, און פאר די ברייטע הכנסת אורחים פארן אוועקגעבן זייער בית המדרש דער רבי זאל דארט קענען פראווענען דעם שב"ק ברוב פאר והדר.
שפעטער ביינאכט איז דער רבי אריינגעקומען אויף תפילת מעריב אין ביהמ"ד ויזניץ אין שטאט, און דערנאך ארויף צום העכערן שטאק וואו עס געפונט זיך די גרויסע בית המדרש דחסידי בעלזא. הונדערטער אידן תושבי העיר זענען שוין געווען פארזאמלט מיטצוהאלטן די מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם רבי'ן, און מען האט געזינגען ווארעמע און לעבעדיגע ניגונים א שטיק צייט.
הרה"ג ר' חיים מאיר גרינבוים אב"ד ויזניץ חיפה האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע ווערטער זייענדיג מקבל את פני הקודש, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה זאלדאן דיין ומורה צדק אין רמת ויזניץ חיפה, און דערנאך הרה"ג ר' בערל רעכניצער דיין דחסידי בעלזא אין שטאט.
דערנאך זענען אריבער ביים רבי'ן די עסקנים פון שטאט חיפה, אפצונעמען ברכת הקודש פונעם רבי'ן, און דאן האט דער רבי אנגעהויבן בדברות קדשו און ארומגערעדט א לענגערע צייט בשבח הקהילה, און ווארעמע זכרונות פון די אמאליגע צייטן, בהלו נרו פון די הייליגע ברידער הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ און הרה"ק בעל מקור ברוך מסערט ויזניץ, און די אקטיווע ראלע פון די וויזניצע דינאסטיע אין שטאט חיפה.
נאך די דברות קודש איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען ביים רבי'ן, און מען האט ממשיך געווען מיט פרייליכע ניגונים, צווישן די באטייליגטע אויפן אויבן אן האט זיך אנגעזעהן מערערע אדמור"י ורבני העיר, האדמורי"ם משאץ ויזניץ און נדבורנא חיפה, הגה"צ ר' מאיר כ"ץ און די קינדער פון כ"ק אדמו"ר מסערט ויזניץ, הרב יואל ענגלענדער דומ"ץ חסידי גור, הרב שלמה שטערן דומ"ץ חסידי צאנז, און נאך פילע רבנים ואנשי מעשה.




















Comments