top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

איבערראשונג אינעם עיר התורה והחסידות • האד' מסאטמאר וועט וויילן אויף שבת בקרב חסידיו אין לעיקוואד

פרייטאג פ' שלח - כ"ז סיון תשפ"ג | קול בחצרות


חסידי סאטמאר תושבי עיר התורה והחסידות לעיקוואד זענען איינגעהילט אין פרייד נאכן ערהאלטן די בשורה משמחת אז כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א וועט קומען צו פארן קיין לעיקוואד אין פראווען דעם שבת בקרב חסידיו תושבי שיכון סאטמאר אין לעיקוואד וועלכע גרייטן זיך געשפּאַנט מיט געפילן פון פרייד און דערוואַרטונג צו דעם היסטארישן שבת.


דער סאטמאר רבי שליט''א האט דער נאכט אין א איבערראשענדע שריט אויסגעדריקט רצון קדשו צו וויילן אויף שבת אין לעיקוואד, אין פארברענגען אינאיינעם מיט די ארטיגע חסידים בשבת אחים גם יחד, ווי נאר די ראשי הקהילה האבן ערהאלטן די פריידיגע נייעס איז געשטעלט געווארן א וועד העסקנים אויס צו פלאנירן אלע דעטאלן פונעם שבת צו קענען אלעס צושטעלן בכבוד הראוי אין מיט די העכסטע מאס ארדענונג.


דאס איז די ערשטע מאל וואס די רבי וועט פראווען א שבת אין לעיקוואד מיוחד פאר עדת חסידי סאטמאר תשובי העיר, די תפילות אין טישן דורכאויס שבת וועלן אפגעראכטן ווערן אינעם ביהמ''ד הגדול אויף מארבעל וועי אין שטאט.


Commentaires


bottom of page